281 יעקב פרײדמאן — עפיזאדן םון ערשטן װעלט־קריג 282 מיץ טאטע האט אין דעם געראנגל פארלוירן דאם לשין. איך בין אין גאנצן געװען הילפלאז׳ א לעבעדיקער מת. אויף דער אױםטערלישער םצענע זענען אנגעקומען חםידים מיטן רבין ר׳ מאטעלע. דעם רבינס פנים איז שרעקלעד בלאם געװארן. ער האט אויפגעהויבן זײנע צדוײ הענט אין דער הויד און עפעם געמורמלט װי אין א גרויסער פארצװײפלונג. באותו הרגע האט זיך א שטארקער אויסגעשרײ דערהערט פין רבינם מויל : ״דאס איז קידוש השם !״ דער רבי האט עטלעכע מאל אויפן הויכן קול איבערגעחזרט דאם װארט קידוש השם, אז אלץ איז געבליבן שטיל װי פארשטײנערט• די צװײ קאזאקן און דער צױוילער גוי, האבן װי עס זעט אויס, באטראכט דעם רבין װי א געטלעכן, הײליקן מאן. אנגעטאן אין זײן שײנעם רבישן טראכט מיטן פלאכן, ברײטן שטרײמל אויפן קאפ, און גרײז־גראע בארד, האט באמת געמאכט א רושם. זײ זענען געבליבן פארשטײנערט, פול מיט מורא און פחד און זיד צוריקגעצויגן. ביזן הײנטיקן טאג קלינגט נאך אין מײנע אויערן דער אויסגעשרײ: קידוש השם: איד גלײב, אז דער רבי ר׳ מאטעלע זצ״ל האט מיך גערא־ טעװעט.
דעם זעלביקן שבת בין איך געװען בײם רבינס טיש. ײדן און םתם פאלקם־מענטשן האבן געשטראמט אין בית המדרש. אט װערן אלע טישן כהרף־עין באזעצט. א געדראגג. אין דער לופט שפירט מען, אז דא שװעבט דער גײםט פון רבין, װעלכער הײבט אויף מענטשן פון טיפםטן תהום צום העכסטן אײביקן ליכט. פלוצעם װערט די שטילקײמ איבערגעריםן• דער רבי, װאם איז געזעםן אויבן בײם טיש, נאענט צום ארון הקודש הײבט זיך אויף און נאך אים די חסידים. הענט פארפלעכטן זיד אין א ראד, און — געלאזט זיך אין א התלהבותדיקן טאנץ. דער רב טאנצט אין מיטן פון דעם ראד, װאם האט זיך אויסגעשמידט פון אויםגעפלאכטענע הענט. און ארום — חםידים מיט עמך. אן אינערלעך געפיל פון התעוררות טראגט זיך אין לופטן. מיט דער שמחה װערן אלע מיטגעריםן. אויס נײגעריקײט קומען ארײן אםך קריםטן און צװישן זײ קאזאקן און רוםישע סאלדאטן, זײ זענען אבער שטיל און ערנסט. דעם קומעגדיקן שבת׳ בײם דאװענען, נאך דעם װי איך בין ניצול געװארן פון דער לעבנס־געפאר׳ האב איך באקומען אן ״עליה״ לתורה און געבענטשט גומל. א קבלת פנים פאר א קאזאצקן גענעראל אין שטאט ס׳איז פלוצעם אין שטאט אנגעקומען א ״פריקאז״, אז א קאזאצקער גענעראל מיט עטלעכע באטאליאנען קאזאקן קומען צו רײטן׳ פון קעלץ׳ און װעלן זיד דא אפשטעלן אין שטאט.
אין שטעטל איז א טומל : עפעם א קלײניקײט ! א קאזאצקער גענעראל בכבודו ובעצמו קומט אן מיט .אזויפיל קאזאקן. ײדן האבן זיך געשראקן־ קריגסצײט׳ קימ גוטער צײכן איז דאס נישט. װו מ׳איז געגאנגען און װו מ׳איז געשטאנען האט מען רק געהאלטן אין אײן רעדן װעגן דער דאזיקער גרויםער געשעע־ ניש. ם׳האט זיך בײ קײנעם נישט געלייגט די הענט צו גארנישט. א יעדער איז געװען צעטומלט און צערודערט• די שײגע ײדן׳ די ״פני העיר״ האבן זיך צחאמענגענומען אויסצוארבעטן אלע נײטיקע פלענער װי אזוי דער קבלת פנים פארן גענעראל זאל דורכגײן על הצד הױתר טוב. װארעם, אז אלץ װעט דורכגיץ כשורה און דער קבלת פנים װעט אם ירצה השם נושא חן זײן אין די אויגן פון גענעראל׳ קען נאך פון דעם ארויםקומען א גרויםע ישועה פאר כלל ישראל אין שטאט... מ׳האט אפגעהאלטן נישט אײן אסיפה. ראשית כל האט מען געדארפט באשליםן װער זאל האבן די זכיה צו זיץ פון די ״מקבלי פני הגנרל״, װאס װעלן דארפן ארויםגײן אנטקעגן דעם קאזאקישן גדול מיט ברויט און זאלץ, װי ם׳איז דער מנהג בײ ײדן פון קדמונים אן. והשנית׳ דארף מען באשטימען װער ם׳זאל האבן דעם גרויםן כבוד צו זײן דער ראש המדברים. מכוח דעם זענען אלע געװען אײנשטימיק׳ אז דאס מוז זײן אײנער װאם איז גוט באהאװנט אינעם רוםישן לשון.
איז צוזאמעגגערופן געװארן נאד אן אסיפה. א גאנצע נאכט זעגען געזעסן די שטאט־באלעבאטים מיט הרב ר׳ יצחק סילמאן בראש׳ ביז ם׳איז געלונגען צוזאמענצושטעלן די דעפוטאציע. ם׳איז געװען א נאך־סוכותדיקער טריבער טאג, א לײכטער דיגער רעגן האט זיך געשטעלט באלד אין דער פרי. די דעפוטאציע איז געװען אין א געדריקטער שטימונג׳ ס׳איז געװען א מורא. נאך מיטאג, דער הימל האט גענומען זיך אױסלײטערן. די דעפוטאציע אין איר גאגצן צוזאמענשטעל האט גענומען שפאנען מיט שװערע טריט צו דער באגעגעניש מיטן קעלצער װעג ארויף׳ ביז צום קאלכאוױון. הונדערטער ײדן און גאנצע מחנות חדר־ײנגלעד׳ װעמען ז־י מלמדים איז נישט געלונגען אײנצוהאלטן אין די חדרים׳ זענען נאכגעגאנגען און געװארט אויף די געםט• פון דער װײטנס האבן זיך דאס ערשטע מאל באוױזן די שפיצן פון די פיקעם. װאם נעענטער האט זיך די גאנצע מחנה קאזאקן ארויםגעשײלט אין איר גאנצן כוח און מיט אײן מאל זיך אפגעשטעלט. בײם קאלכאויװן איז פארגעקומען די באגעגעניש. טויזנטער רײטער־קאזאקן מיט אפיצערן אץ גענעראל בראש זענען געבליבן שטיץ. אײנער פון דער דעלעגאציע האט באגריסט דעם גענעראל. באלד נאך דער באגריםונגם־רעדע האט זיך דער רב דער־ נענטערט און איבערגעגעבן א זילבערנע טאץ׳ אויף װעלכער ם׳איז געלעגן ברויט ; א זילבערן זאלץ־מעםטל און א זילבערן מעםער.