Original scan
Original memorial-book scan 146
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-1037

283 פ נ ק פ פמיעלביק■ 284 דער רב האט זיך פארנײגט. דער גענעראל, זיצנדיק אויף זײן פערד׳ װאם איז געװען באדעקט מיט א פלושענעם צודעק מיט גאלדענע טראלדן באהאנגען פון אלע זײטן, האט גענומען די זילבערנע טאץ מיט דעם ברויט און זאלץ, אפגעשניטן א קלײן פעניצל ברויט, עם אײנגעטונקען אין זאלץ, געגעבן א ביס און א זאג־געטאן מיט א גאר פרײלעכן שמײכל: ״כאראשא, ספאםיבא — ס׳איז גוט, א דאנק. ער האט פארפירט א קלײנעם געשפרעך מיט דער ײדישער דעפוטאציע. אויםגעפרעגט זיך װי עס לעגט זיך דא עפעס די ״םטאראזאקאנני״ און מיט רואס זײ באשעפטיקן זיך. אײנער פון די ראשי־המדברים האט זײער אונטערטעניק זיך פארנײגט פאר אים און געענטפערט אין רוסיש. גלײכצײטיק האט די דעפוטאציע איבערגעגעבן דעם גענעראל א בקשה. נעמלעח אזוי װי מיר האבן געמאכט אלע פארבארײטונגען אויפצונעמען דײנע סאלדאטן, ״װאשע סיאטעלסטװא׳/ האפן מיר, אז די םאלדאטן װעלן נישט מיסברויכן מיט אונדזער פרײנטשאפט. אזוי גיך װי דער גענעראל האט אויםגעהערט די בקשה, האט ער א ריס געטאן מיט די לײצלעך און א קיצל געטאן דאס פערד מיט די שפארן. די דעלעגאציע האט זיך אפגערוקט אין א זײט און די קאזאקן זענען ארײנגעריטן אין שטאט.

passage_2ca684d06de71c9a44c07314
Passage 2normalized OCR · source chars 1039-2213

לפנות ערב, האבן די קאזאקישע חײלות זיך אײנגעשטילט, אײנגעםדרט די פערד אין די סטײניעם און זיך אלײן אײנ־ געקװארטירט, צעלײגט זיך אין די ײדישע הײזער צו צװאנציק און דרײסיק סאלראטן אין יעדן ײדישן הויז, ״אין בית אשר אין שם קאזאק״, און אפגערוט נאך א גאנצן טאג רײטז• אין אװנט האבן ײדן געשלאםן זײערע קראמען, די לאדנס פארהאקט און אלע טירן פארריגלט. עם האט אויםגעזען צו זײן רואיק און שטיל. אבער ״בחצות הלילה״ זענען די קאזאקן ארויס פון זײערע קװארטירן און פלוצלינג איז געװארן א טרעיװאגע. זײ האבן גענומען רײסן טירן, ברעכן שויבן און רויבן ײדיש האב און גיטס, אלץ װאס איז געקומען אונטער די הענט• צומארגנם אין דער פרי האבן אין די גאסן זיך געװאלגערט פארשײדענע שטוב־זאכן, צעבראכענע כלים, סחורות פון פארשידענע סארטן, גאנצע קאםטגס צעבראכענע אײער• ײדן מיט צעשראקענע פנימער האבן צוגעקוקט צו דער בראך. אין זײער צעשראקנקײט און נעבעכדיקײט האבן זײ געציטערט װי א בלאט אויפן װינט. יידן האבן זיך נאך נישט געהאט בארואיקט, װי פלוצלינג האט װי אן עלעקטרישער שטראם צעטראגן אין שטאט אן אנדערע נײעס* דרײ ײדן זענען ארעםטירט געװארן פאר האבן געשלאגן א םאלדאט. די קאזאקן האבן אין א מיטן טאג זיך ארײנגעבראכן אין די הײזער צו יאמע גארבער, הערשל פלאם, יאמעם א׳־ידעם און הערשל מאניע גארבערם גענומען פליגדערן און ראבירן.

passage_daac8c21d2eac803344df15c
Passage 3normalized OCR · source chars 2215-3277

די דרײ ײדן האבן מעשמ גבורים געשטעלט א װידערשטאנד. — אויב איר זײט הונגעריק — האבן די ײדן געטענהט׳ װעלן מיר אײך געבן ברויט אץ אנדערע שפײז, װאם געפינט זיך אין הויז. אבער רויבט נישט און ברעכט נישט. די קאזאקן זענען, װײזט אױס, געװען באלײדיקט, װאם ײדן האבן א חוצפה צו שטעלן א װידערשטאנד, און אװעק צום גענעראל, װעלכער האט פארנומען זײן קװארטיר בײ יעקב מענדראװםקי אין הויז מיט א קלאגע, אז ײדן זענען זײ באפאלן און געשלאגן. כהרף עין איז פון גענעראלם קאנצעלאריע ארוים א פארארדענונג די דרײ ײדן צו ארעסטירן. די ײדן האבן זיך פארטײדיקט, אויפגעװיזן דאם פארקערטע : מיר האבן זײ געװאלט געבן שפײז, ברױט׳ נאר ראבירן נישט. זײער פארטײדיקן זיך האט גארנישט געהאלפן... דער משפט איז באלר אויפן ארט ארויםגעגעבן געװארן: הענגען ז מיט אויפגעציטערטע הערצער האבן די אנגעזעענע באלע־ באטים זיך געסטארעט, געבעטן רחמים, אנגעבאטן געלט, אבי די דרײ ײרן צו באפרײען, דער גענעראל װי אן אפגעבריטער האט אפגעװארפן די בקשה. האבן באלעבאטים פרובירט נאך א מאל, מיט נאך א גרעםערער דעלעגאציע, מיט די װײבער פון די באשולדיקטע, געװארפן זיך צום גענעראלם פיס, אפשר װעט פארט געלונגען אפצושטעלן די שרעקלעכע גזירה.

passage_195e2cf419a396a0cf9dd405
Passage 4normalized OCR · source chars 3279-4380

מיט א מאל זאגט דער גענעראל צו דער דעלעגאציע: שטעלט צו באװײזן װעגן זײער ארנטלעכקײט און אנשטענ־ דיקײט. דער װאם װעט עדות זאגן װעגן זײער ארגטלעכקײט, דארף אבער זײן א קריםטלעכער שטאט־אײנװוינער, אן אנגעזעענער מענטש. אויב ער װעט גאראנטירן פאר זײ, איז פאראן א מעגלעכקײט מבטל צו מאכן דעם אורטײל. די געדריקטע שפאנונג איז לײכטער געװארן. מ׳האט זיך דערװוםט אז מיט עטלעכע װאכן צוריק זענען די זעלבע דרײ באשולדיקטע ײדן געװען בײם ״רעיענט״ אין זײן קאנצעלאריע׳ בײ אים פארשריבן אקטן פאר געקויפטע הײזער. די דעלעגאציע איז געגאנגען צום רעיענט מיט דער בקשה צו זאגן א גוט װארט לטובת די דרײ ײדן — די װײבער האבן ספאזמירט, געװײגט, געבעטן רחמים, געהאפט אז פין רעיענטם הויז װעט קומען די ישועה. ם׳האט אבער גארנישט געהאלפן. דער פינצטערער גזר איז נישט צוריקגערופן געװארן. דער אורטײל איז אויםגעפירט געװארן. דרײ טעג האבן די דרײ ײדן געהאנגען אויף דעם אײזערנעם טויער אין פראנט פון רעיענטם הויז. דער טרױעריקער ערב ױם־כיפור 1916 באלד אין דער פרי האט זיך דער טאג אויםגעװיזן צו זײן א זוגיקער. טײלמאל בלויז האט א קיל װינטל פארבלאנדזשעט פון די ארומיקע נאקעטע פעלדער. מיט א מאל זענען אויפן בלויען הימל אויםגעװאקםן װאלקנס, גרויסע, צעשויבערטע

passage_ac51d29f6a1d2d5405f185f3