285 יעקב פרײדמאן — עגיזאדן פון ערשטן װעלם־קריג 286 און שװערע. זיי האבן צעלייגט א טרויעריקן מרה־שחורהדיקן שװארצן שאטן און האבן באצייטנם אנגעזאגט׳ עפעם נישט גוטס. ײדן האבן געעפנט זײערע קראמען׳ ארומגעדרײט זיך אין גאס׳ טײל זענען געגאנגען אין האלב ױם־טובדיקע קאפאטעם דאװענען. ס׳האט גארנישט לאנג גענומען און דער הימל האט זיך אין גאנצן פארצויגן מיט א בלײענעם צודעק און א לײכטער רעגן האט גענומען טריפן. די זיצערקעם אויפן מארק האבן פונאנדערגענומען זײערע סטראגאנעם׳ פארפאקט די האלב־פארפוילטע אױבםן און ױי צ־ריקגעטראגן אהײם. פויערים פון דערפער׳ װעלבע האבן זיך באװיזן באלד אין דער פרי אין שטאט מיט זײערע פערד און װעגעלעך׳ מיט־ ברענגנדיק בינטלעך האלץ צום פארקויפן׳ האבן צוריקגעאײלט אהײם• קאזאקן װאם האבן פאטראלירט די ארומיקע געגנט און האין זיך באװיזן אין די גאסן׳ האבן אויסגעזען צו זײן נערװעז און אומרואיק. עטלעכע שטארקע קאנאן־שאםן האבן זיך דערהערט װאם האבן גאר שטארק אפגעהילכט אין דער לופט און באלד אויפגעהערט. די דײטש־עסטרײכישע ארמײ װאס האט זיך געהאט באפעם־ טיקט זײט א לענגערע צײט אין דער געגנט ארום דער ניצע און װײסל — און מיט דער שטאט פינטשעװ אלס גענעראלסקע שטאב האט גענומען שטארקער פרעסן. דאס רוסישע מיליטער האט בלית ברירה גענומען צוריקטרעטן.
דער קעלצער און פינטשעװער װעג זענען געװען באשאטן מיט לויפנדיקע קאזאקן. איבערן מארק אהין און צוריק האבן זײ זיך געטראגן אויף זײערע קלײנע געשװינדע רײט־פערדלעך מיט אזא פחדימדיקער געשװיגדקײט, װי זײ װאלטן געיאגט געװארן פון טײװלאנים. צוזעענדיק דעם אומרו און געלויף פון די סאלדאטן איז די שטאט ארײנגעפאלן אין שרעק. די צעױשעטע און צעפלאמטע פנימער׳ אננגעגאסן פול מיט קאזאקישער רציחה׳ זאלפן פון ביקםן׳ װאס האבן פארהילכט די לופט אנצושרעקן די צױוילע מענטשן׳ אויםגעשרײען האבן זיך געהערט פון די רײטנדיקע סאלדאטן׳ פול מיט זידלערײען ״יעװרעי׳ םוקין סיגי !״ ײדן פאררעטער׳ ״ביעי זשידאװ! ספאסײ ראםײו !״ אזעלכע אויםגעשרײען האבן זיך כסדר איבערגעחזרט... די ײדן האבן באלד פארהאקט די געװעלבער׳ פארמאכט די לאדנם מיט איױערנע פרענטן. פלוצלינג האט זיך באװיזן אין גאס א צױויל־געקלײדעטער מאן. דאס איז געװען דער פאדריאדטשיק — א ײד װעלכער האט צוגעשטעלט פארן פאלק דעם גאנצן ״פאדריאד״׳ אין אויסגעשריגן בזה הלשון אין ײדיש : ײדן׳ איך דארף האבן האבער פאר די פערדי װען די ײדישע תבואה־סוחרים האבן אים דערקלערט׳ אז
די קאזאקן האבן נאך פריער אויםגערויבט דעם האבער׳ און מער איז נישטא׳ איז דער פאדריאדטשיק ארײגגעפאלן אין גרימצארן׳ זײז פנים האט זיך אנגעגאםן מיט רציחישער רויטקײט׳ אויםרופנדיק מיט כעם : אויב איר װעט מיר נישט צושטעלן במשך א שעה צײט אזױפיל און אזויפיל האבער פאר מײנע פערד׳ װעל איך אײך דא אין שטאט מאכן אזא שװארץ פינצטערן ערב ױם־כיפור׳ אז איר׳ װעט מיך אײער גאנץ לעבן געדענקען ! באלד האט דער קאזאקישער אפיצער׳ װעלכער האט באגלײט דעם פאדריאדטשיק אויפגעכאפט דעם וװנק. און אזוי האט עם זיך אנגעהויבן. ארום די ײדישע הײזער׳ ארופ די פארמאכטע ײדישע געװעלבער האבן זיך גענומען זאמלען קאזאקן׳ װאס האבן זיך א נעם געטאן צו רײםן די שלעסער און די שטאבעם פון די טירן. אין דער שטאט איז געװארן א געשרײ און א ליארעם׳ אין װעלכן עס האט זיך ארײנגעריסן א גלעזערנער געבראזג פון אױםגעהאקטע שויבן׳ א טראםקערײ פון אויפגעבראכענע טירן און אן אײזערנער געקלאגג פון אראפגעהאקטע שטאבעס און שלעסער. אויף די טראטוארן און אין מיטן גאס האבן זיך שוין געװאלגערט פארשידענע סחורות װאס האבן זיך געוױיקט אין רעגן. ריטשקעלעך נאפט׳ אײל און אנדערע פליסיקע מאטעריאלן האבן זיך באהאפטן אין אײן ברײטן שטראם. פון די אויםגעטרעטענע זעק מעל׳. צוקער׳ און קאשע האט זיך די סחורה געשיט און זיך געפאליעט אין בערגלעך.
די קאזאקן האבן זיך אויך ארײנגעריסן אין ציװילע הײזער׳ געװארפן זיך מיט חיהשער לוםט אויף ײדישע פרויען און מײדלעך׳ באגאנגען פארברעכערישע אקטן. אין אײנעם פון די ײדישע הײזער בגװאלט ארוימגעשלעפט א ײדיש מײדל׳ געטראגן פון א קאזאקישן העלד אויף זײן רײטפערד׳ מיט איר פארשװונדן װי אין א תהום — פאטער און מוטער זענען ארױםגעלאפן׳ האבן זיך געריםן צו באפרײען און ראטעװען זײער טאכטער. זײער יאמערלעך געװײן האט געשניטן די לופט. דער רעגן האט זיך פארשטארקט׳ געקלונגען אויף די דעכער און רינעס. ס׳האט נאכאנאנד געגאסן װי מיט צעבערם׳ אין די רינשטאקן האט זיך דאם װאסער געטראגן מיט רעש׳ מיט א געקלימפער. ם׳האט זיך געדאכט׳ אז ס׳איז ארוים א מבול אויף דער ערד׳ װאס װעט באלד אלץ פארגיסן... ערשט פארנאכט איז דער רעגן קלענער געװארן. קײנער האט אבער נישט געװאגט צו גײן צו כל־נדרי. ם׳האט געשמעקט מיט פיקוח נפש׳ מיט לעבנס־געפאר. די שול׳ די בתי מדרשים׳ די שטיבלעך זענען נישט געעםנט געװארן. די ױם־כיפור־ליכט האבן דעם ױם־כיפור נישט געברענט. די קעםטלעך װאם זענעז אנגעפילט געװארן מיט זאמד׳ זענען געבליבן פאריתומט אן ױם־כיפור־ליכט.