Original scan
Original memorial-book scan 148
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-1200

287 פ י ק ם כ מ י ע ל נ י ק 288 װאם יידן האבן אין דער ױם־כיפור־נאכט איבערגעלעבט׳ איז שװער צו באשרײבן. ם׳איז אפשר געװען דאם ערשטע מאל אין דער געשיכטע פון ײדן אין כמיעלניק׳ װאס האט געטראפן, אז צו כל נדרי זענען ײדן געזעסן אין זײערע הײזער. געװען בלויז מנינים אין פרױואטע הײזער. בײ אונדז אין הױז איז אײגגעשטעלט געװארן א מנין׳ מיט די ײדן װאס האבן געװוינט אין דעם זעלבן הויז. שפעטער׳ אין אװנט איז װידער געװארן א בהלה. מ׳האט ארויסגעשלעפט ײדן פון די הײזער צו היטן די טעלעפאן־ דראטן אויף דעם בוםקער װעג און אגדערע װעגן, זײ זאלן דורך קײנעם נישט איבערגעריםן װערן. די טעלעפאן־היטערס האט מען געמאכט פאראנטװארטלעך פאר די דראטן... די רוסן האבן אין אײלעניש פארניכטעט אלץ װאס האט געקענט דינען דעם שונא. אויפגעריםן אלע בריקן װו זײ האבן זיך נאר געפונען, צוריק צו האלטן דעם אנגריף, די ״נאםטופלעניע״ פון שונאם ארטילעריע... צומארגנם אין דער פרי איז אין שטאט געװען שטיל. די שיםערײען האבן אין גאנצן אויפגעהערט. פון די קאזאקן איז קײן שריד נישט געבליבן... די שטאט האט צוריק אויפגעלעבט. ארום זעקס א זײגער פארנאכט האט די דײטשע ארמײ דערנענטערט זיך צו דער שטאט. װען די ײדן זענען צוריק־ געגאנגען פון דאװענען, זענען דײטשע סאלדאטן שוין געװען אין שטאט און פאטראלירט די גאסן... משודאבא קארנבלום / (נױ־יארק) אױ די מלחמה־יארו

passage_63fa88e17e79572f0731cd51
Passage 2normalized OCR · source chars 1202-2215

אינעם שװארצן פרײטיק 1914, האט דאס ײדישע כמיעלניק איבערגעלעבט א טרויעריקן קאשמאר פון הענגען 3 ײדן פאר מכלומרשטן ״שפיאנאזש״, אין װעלכן די קאזאקן האבן זײ באשולדיקט. יארן־לאנג האט דאם שטעטל נישט פערגעםן אט דעם אומגליק און דאם איבערגעגעבן פון דור צו דור. אין זעלבן שװארצן פרײטיק האבן די קאזאקן באפוילן- אז ױנגע ײדן זאלן קומען העלפן בײם ציען און אײנארדענען דעם פעלד־טעלעפאן פאר דער רוםישער מיליטערישער אײנ־ הײט, װאס האט םטאציאנירט אין אונזער געגנט. בלית ברירה האב איך זיך געשטעלט. מיט מיר איז אויך געװען שמואל ארנם׳ ארן שנײדערם זון און נאך אנדערע ױגגטלעכע. מיר האבן אויםגעפירט די ארבעט. שפעטער אין אװנט, געפינענדיק זיך אין דער קעלצער־גאם׳ האבן מיר פלוצליגג דערזען וױ דער הויכער נטע דערנענטערט זיך צו משה־שיעם טויער כדי ארוגטערצונעמען די 3 געהאנגעגע ײדן. דערזענדיק דאם, האבן מיר פארלאזט אונזער ארבעט און שגעל צוגעגאנגען העלפן איבערשגײדן די שטריק. מיט גרוים יראת־הכבוד האבן מיר די קרבנות ארײנגעלײגט צו משה־שיע שטשערבע אין דער יאר־סוכד״ און גאנץ שפעט בײנאכט האבן מיר זײ געברענגט צו קבר ישראל, אויסגראבנדיק אלײן די קברים.

passage_10b63fd29b79ca913932265c
Passage 3normalized OCR · source chars 2217-3039

אין לויף פון דער מלחמה האבן אמאל צו מײן פאטער, הארש־ מענדל שוסטער, בײנאכט אנגעקלאפט 2 קאזאקן װאם האבן געפאדערט מ׳זאל זײ תיכף צוקלאפן זוילן מיט אפצאסן צו זײערע מיליטערישע שיך. מײן טאטע האט מיך געשיקט צו לײבל־עלעס נאך לעדער, דער טויער איז אבער געװעזן פאר־ מאכט. די קאזאקן װאם זענען געגאנגען מיט מיר האבן דאם באמערקט און זענען גלײך אריבערגעשפרינגען דעם טויער א.־ן אים געעפנט. די אײנװוינער פון דעם הויז האבן דאם דער־ הערט׳ און צוױשן זײ לײבל־עליעם משפחה, האבן זיך שנעל אויפגעכאפט פון שלאף און אנגעהויבן רופן נאך הילף : ״רא־ טעװעט, קאזאקן זענען געקומען ראבירן ו״ איך האב זײ אבער בארואיקט און געשריגן פון דער צװײטער זײט טויער : האט נישט קײן מורא, איך הארש־מענדל שוםטערם זון בין דא מיט זײ. די מענטשן האבן זיך בארואיקט. לײבל־עלעס האט גע־ עפנט דאם געװעלב און פארקויפט זײ לעדער, מיר האבן זײ די ארבעט געמאכט און זײ זענען צופרידן אװעק.

passage_6754d2e14f17bc9e06c94eaf