ישראל גרינבױם י דערינערונגעו (בוענ&ם אײרעס) די דרײ קרבנות
באלד גאך דעם ערשטן װעלט־קריג, װען פוילן איז צוריק געװארן א זעלבשטענדיקע מלוכה, האט מען געקענט פארויס־ זען גארנישט קיין גוטע פערפעקטיװ פאר דעם יידישן לעבן בכלל און פאר דעם פראװינצער שטעטל בפרט. כמיעלניק, װאם האט געצײלט נײנציק פראצענט ײדן פון דער אלגעמײ־ נער באפעלקערונג׳ האט זיך אין דעם יאר 1918, באלד נאד דער אנטשטײאונג פון פוילן, אנגעהויבן אנטװיקלען און ארגאניזירן א ײדיש־געזעלשאפטלעך לעבן. מיט פארטײען פון אלע מינים און םפעציעל די פועלי־צױן פארטײ (װעלכע האט זיך שפעטער געשפאלטן אויף רעבטע און לינקע). אין דעם זעלבן יאר׳ װען די פאליאקן האבן איבערגענומען די מאכט, האט אין כמיעלניק, נאכן פארלאזן דאם שטעטל פון די עסט־ רײכער, דאם געװער פארכאפט די אזוי־גערופענע פוילישע ״אינטעליגענץ״ און מאכט־גיריקע אויסװורפן און אנגעהויבן געװעלטיקן ביד חזקה איבער דער ײדישער באפעלקערונג. די פועלי־צױן־פארטײ, װעלכע האט שוין געהאט ארגאניזירט אין איר כמעט די גאנצע ײדישע ױגנט, האט אין אן אװנט גערופן א מיטינג אין דער גרויםער שיל, צו װעלכן עם איז געקומעז א רעדנער פון װארשע. דער מיטינג איז פארגע־ קומען בײ א פולגעפאקטער שיל. נאבן ארויסטריט פון ארטיקע רעדנער און םפעציעל פון דעם הויפט־שטאטישן פארשטײער, האט זיך די גאנצע מאםע געלאזט אין א מאניפעסטאציע מיט רויטע פענער. װען די מאניפעםטאציע איז צוגעקומען נאענט צום בנין פון שטאט־ראט האבן די פוילישע ״מאכטהאבער״ פון א באלקאן געעפנט א שיםערײ גלײך אין דער מאסע, צװישן װעלכער עם זענען באלד געפאלן קרבנות.
אזוי האט זיך אנגעהויבן די ״באפרײאונג״ אין פוילן. די פראלעטארישע לװיה א שטעטל װי אלע ײדישע שטעטלעך אין פוילן, האס כמיעלניק זיך אויסגעצײכנט מיט אירע קאמפן. אויםער דער יחידישער קאמף פאר עקזיםטעגץ, האבן געקעמפט חםידים מיט בעלי־מלאכות פאר צוױי רבנים, װאס יעדער צד האט געװאלט אז זײן רב זאל זײן מרא דאתרא. םפעציעל איז פאר־ געקומען א הארטנעקיקער קאמף צװישן די פראלעטארישע ארבעטער־פארטײען, אבער אײן אויםערגעװײנלעכער צופאל האט אלעמען פאראײניקט. נאד א לאנגער קראנקײט איז געשטארבן א חבר פון דער ױגנט־ארגאניזאציע פון די לינקע פוע״צ, אברהם־יצחק גארליצקי. נאד א װענדונג צו דער קהילה און חברה־קדישא, אז זײ זאלן באשטימען דאם געהעריקע פלאץ אויפן בית־עולם, האט די קהילה באשלאסן, אז אויב די קבורה װעט פארקומען לויטן דין װעט באשטימט װערן א פלאץ לויטן פארלאנג, אין קעגנפאל באשטימט זי א קבר בײ דער װאגט, אפגעטײלט פון אלע קברים. נאך א צװישנפארטײאישער באראטונג איז באשלאםן געװארן דורכצופירן די קבורה לויטן ״פראלעטארישן״ דין.
די לװיה איז פארװאנדלט געװארן אין א דעמאנסטראציע מיט פענער און פלאקאטן מיט לאזונגען. איבערלאזנדיק דאם אויםגעגראבענע קבר בײ דער װאנט, װאם די חברה קדישא האט געמאכט (אין װעלכן מען האט שפעטער באגראבן א ליכט מיט שמות) איז אויסגעגראבן געװארן א קבר בשכנות פון א רב און באגראבן דעם חבר מיט געזאנג פון פראלעטארישע לידער און פײערדיקע רעדעס אין זײן אײגענעם אנטועכץ אן תכריכים. ״א שטרײק״ אום ראש־השנה פארלאפן האט זיך עם פונקט ערב ראש־השנה. הערט און שטוינט > דער ױגנטלעכער כאר האט געמאלדן דעם חזן פון דער שיל, אז לא1 זײ זינגען נישט מיט אים ראש השנה. מײנט איר אװדאי, אז זײ האבן געװאלט פארבעסערונגען ? עם הײבט זיך נישט אן. זײ זינגען נישט מער, ד״ה זײ ״האלטן אים נישט צױ/ װײל... אזוי האט באשלאםן דער ױגנט־עקזע־ קוטיװ פון דער פארטײ לינקע פוע״צ... און באשלום איז הײליק... דער חזן איז ארומגעגאנגען װי אן א קאפ, װאס טוט מען אן א כאר? װאלטן זײ, די ״לאבוזעם״, כאטש געמאלדן מיט עטלעכע טעג פריער, נײן ! פונקט ערב ראש השנה — להכעים־ ניקעס !
דער חזן האט אויף שנעל געלאזט רופן די אמאליקע משוררים, װאם האבן פריער געזונגען בײ אים. אלע שוין חתונה־געהאטע ױנגעלײט, צװישן זײ א רעזשיםער פון א דראמאטישן קרײז, אבער אײנשטודירן די תפילות איז שוין געװען שפעט. דער רעזשיםער, איטשע נײמאן, האט צוגעזאגט, אז אלץ װעט זײן אין בעםטער ארדענונג. און אזוי איז עס טאקע געװען. ײדן בעלי־מלאכות האבן נאך קײנמאל נישט אזא הנאה געהאט פון די ראש־השנהדיקע תפילות, װי דאם יאר. זײ האבן הארציק מיטגעזונגען די םפעציעלע געזאנג־חפלות װאם דער כאר האט געזונגען פון גאלדפאדן־רעפערטואר, אז עס איז געװען א נחת צו הערן. אזוי איז באזיגט געװארן דער ״שטרייק״, װאס האט זיך אויםגעלאזט בכי טוב, מיט א כתיבה וחתימה טובה !