מענדל קיארמאן / די באפרײאונג פון פוילן (טאראנטא) די נײעס׳ אז די מלחמה איז געענדיקט און אז פוילן איז געװארן אומאפהענגיק׳ האט אויך אין כמיעלניק .ארויםגערופן כװאליעם פון פרײד. מען האט געשמועםט, אז די דײטשן לויפן פון די פראנטן אהײם דורך פוילן׳ איבערלאזנדיק אלץ הינטער זיך. פאליאקן האבן אנטװאפנט די דײטשן׳ ארונטער־ געריםן די שליפעם פון די אפיצירן און צוגענומען פון זײ אלץ, װאם האט נאר געהאט א װערט. א פרײד האט יעדן אײנעם באהערשט. ענדלעך האבן מיר דערלעבט דעם םוף פון קריג. מיר האבן געטראכט, אז מיט דער באפרײאונג פון פוילן זענען מיר, ײדן, אויך געװארן פרײ. צו יענער צײט האב איך, גענוי װי כמעט די גאנצע ײדישע ױגנט אין במיעלניק, געהערט צו די לינקע פועלי־צױן. ה׳איז אויפגעקומען בײ אונדז דער געדאנק, אז מען דארף אויםניצן דעם מאמענט צו דעמאנםטרירן אונדזער כוח און באוױיזן, אז אויך מיר פרײען זיך מיט דער באפרײאונג פון פוילן. מיר האבן באשלאסן צו רופן א מאםן־פארזאמלונג פון אלע ײדן. מיר האבן ארויםגעלאזט א מודעה, אז די פארזאמלונג װעט פארקומען דאגערשטיק אװנט אין שול, און אז ס׳װעלן אויפטרעטן באקאנטע רעדנער פון די ליגקע פועלי־צױן.
איך האב נאך קײנמאל גישט געזען .אזא גרויםן עולם אין שול, חוץ יום־כיפור. די רעדנער — לײבל װילטשיק, אברהפ מאלעשעװער, איטשעלע פלוטשענניק און בצלאל זילבערבערג — זענען געשטאנען אויפן באלעמער. דער עולם האט זיך צוגעהערט צו זײ. מען האט אפלאדירט בײ יעדן שטארקן אויםדרוק. מיר, די חברים פון דער פארטײ, האבן זיך געפילט יום־טובדיק. מיר האבן נישט געקענט פארשטײן פון װאנען נעמט זיך צו אונדז, א פאר ײנגלעך, אזא כוח, אז אויף אונ־ דזערם א רוף איז כמעט דאס גאנצע שטעטל געקומען הערן, װאם מיר האבן צו זאגן, דער לעצטער רעדנער איז געװען בצלאל זילבערבערג, דער פאלקם־מענטש, װאם אלע האבן אים געקענט און ליב געהאט. ער האט באקומען די גרעסטע אװאציעם, און װען ער האט געװארפן די לאזונג צו מארשירן צוזאמען דורכן גרויםן מארק ביז צום לאקאל פון דער פארטײ, האט דער גאנצער עולם, װי איץ מאן, זיך געלאזט פון שיל מיט געזאנג אין א דעמאנםטראציע.
פארוים האבן מארשירט מיט געזאנג די חברים און חבדות פון דער פארטײ. מען האט געזונגען רעװאלוציאנערע לידער, לידער װעגן באפרײאונג. מען האט מארשירט דורך דער בית המדרש גאם. מיר זענען ארײן אין מארק. אט האט מען שוין אדורכגעשפאנט א האלבן מארק. מען האלט זיך אין דערנענ־ טערן צו דער מאגיסטראט־גאס, װו עס געפינט זיך חײם קצבס הויז נישט וױיט פון מאגיסטראט. אין זײן הויז האבן מיר געהאט אונדזער פארטײ־לאקאל. פלוצעם האט זיך דערהערט א שאס און באלד נאך אײנער. ם׳װערט א געטומל, א געלױף. דער חבר אברהם מאלעשעװער שרײט : ״חברים, לויפט נישט : שטעלט זיך אפ:״ קײנער הערט אים אבער נישט. יעדערער לויפט, יעדערער זוכט זיך צו באהאלטן. מיר לויפן אין דער ריכטוגג פון דער פינטשעװער גאם. מיר לויפן אין פרעמדע שטיבער. די באלעבאטים פרעגן דערשראקן : װאס האט פאםירט י װאם איז געשען י מיר וױיםן נישט װאם צו ענט־ פערן. מיר רעדן נישט. מיר װארטן א וױילע• װען ם׳װערמ שטיל, שלײכן מיר זיך ארויס פון שטוב. אויפן גאם זעט מען נישט קײן מענטש. כ׳באשלים גלײך צו לויפן אהײם. אין דער הײם איז שטיל, קײנער רעדט נישט ארוים קײן װארט. מען שטעלט מיר נישט קײן שום פראגע. אבער כ׳פיל, אז זײ וױיסן מער װי איך װײס. צוביםלעך דערװיס איך זיך, אז פאליצײ האט דערשאםן צוױי ײדישע מײדלעך. אזוי האט זיך געענדיקט די גרויסע פרײד, װאס מיר האבן געהאט, צוליב דער באפרײאונג פון פוילן.