Original scanEvidence located
Original memorial-book scan 151
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-600

קלמן פשעװארםקי / נאװעמבער 1918 (נױ־יארלו) אין חודש נאװעמבער פון יאר 1918 בין איך אלם ױנג בחורל געװארן א יתום נאך מײן פאטער עלױ השלום. צוזאמען מיט מײן עלטערן ברודער שמואל שד׳ל בין איך אין אײנעם אן אװנט געגאנגען אין גרויםן בית־המדרש צו א מנחה־ מעריב קדיש. שוין בײ אונדזער ערשטן ארײנקום האט זיך געלאזט מערקן׳ אז עפעם טומלט זיך דא הײנט מער װי תמיד, און אז מענטשן האבן זיך דא פארזאמלט אין א זײער גרויםער צאל. װי נאר מיר האבן אפגעדאװנט און קוים באװיזן צו זאגן קדיש, האב איך פארגעשלאגן מײן ברודער מיר זאלן אהײמגײן. ער האט מיר דערקלערט, אז אלע אן אויםנאם גײען מיר איצט איבער אין שול אויף יענער זײט שול־גאם.

passage_0645bf4dcf0be8764baa5517
Passage 2normalized OCR · source chars 602-1330

אין די מערסטע װאכנדיקע אװנטן זענען געװײנלעך די שװער מיט אײזן־באדעקטע טויערן פון דער שול געװען הערמעטיש געשלאסן. פאר דעם פארבײגײערם אויגן האט אױ־ סערלעך דער בנין געמאכט דעם אײנדרוק פון אן אפגעשלא־ םענער פעםטונג. א גאנץ אנדערן אויםזען האט אנגענומען די שול אין דעם דאזיקן אװנט װען מיר זענען אין א קאמפאקטער מאםע אריבער פון בית המדרש הגדול אין שול ארײן. דורך די ברײט־צעפראלטע טויערן האט זיך אן עולם אין גרויסער אומארדענונג געשטופט צום ארײנגאנג, װי אלע װאלטן װעלן אויף אײן מאל אין איר זיך ארײנבאקומען א גרויסער המון האט שוין דא פון פריער געהאט אנגעפילט כמעט אלע װינקלען פון דער שול. מיט אפענע מײלער און אנגעשפיצטע אויערן האט מען זיך צוגעהערט צו די פײערדיקע רעדעפ, װאס זענען דא געהאלטן געװארן דורך קעלצער און ארטיקע ארבעטער־פארשטײערם.

passage_0ad1ed3d97dae55e1e26a823
Passage 3normalized OCR · source chars 1332-2406

נאװעמבער 1918 האט פוילן צוריקבאקומען איר אומאפ־ הענגיקײט. די פועלי צױן־פארטײ איז צו יענער צײט געװען די גרעסטע ארבעטער־פארטײ אין דעם אויםגעשפראכענעם ײדישן כמיעלניק. אירע פירער זענען געװען: איטשעלע פלוטשענניק, לײבל װילטשיק, קלמן מיעדזשיגורסקי, בצלאל זילבערבערג, ישראלקע דיזענהויז, מרדכי פוקם א״א. צו זײ האט זיך אויך געמאלדן א פארשטײער פון דער קעלצער פ.פ.ם. װאס זײן נאמען איז דאכט זיך געװען גוטענבערג. לויט אן אינםטרוקציע פון קעלצער ארבעטער־פירער, האט ער דא אפגעהאלטן א זיצונג מיט דער פועלי צױן־פארװאלטונג פון כמיעלניק, װי אויך א באראטוגג מיט דעם אײנציקן פ.פ.ס.־ אװיעץ פון שטעטל: םקלאד־אפטעטשניק לוטשאק, — און אין רעזולטאט איז אײנשטימיק באשלאםן געװארן צו רופן דעם אויםערארדנטלעכן מיטינג פון גאנצן שטעטל אין שול ארײן. דארט, אויף דער שטורמישער פארזאמלונג פון שול קלמן פשעװארסקי האבן די רעדנער גערופן צו א מאםן־מארש דורך דעם גרויסן מארק צו דער מאגיםטראט־גאם, כדי איבערצונעמען די שטאט פארװאלטונג — דעם מאגיסטראט. װי .א ברויזנדיקע כװאליע האט דער עולם ארויםגעשטראמט פון שול אויף דער גאם. װי אין דער לופט־געטראגענע זענען מיר, איך און מײן ברודער, מיטגעריםן געװארן אין דעם מאסן־מארש.

passage_8110ed8422eb3096e2283853
Passage 4normalized OCR · source chars 2408-3296

אין שפיץ פון צוג איז געטראגן געװארן די פועלי־ציון פאן. דער עולם האט געזונגען ארבעטער־לידער. פלוצעם האבן זיך דערהערט עטלעכע ביקסן־שאםן, פײערדיקע קוילן האבן מיט א פײף דורכגעשניטן דעם פארטריבטן הארבסט״הימל׳ װאכ איז געװען אײנגעהילט אין פינצטערניש פון דער נאכט. דאס ײדישע כמיעלניק האט דעם אװנט באצאלט דעם טײערן פרײז פון דרײ ױנגע קרבנות׳ מײדלעך׳ װא,ס זענען דערשאסן געװארן אויפן ראג פון דער מאגיסטראט־גאס. צװײ פון זײ: ניחה װישליצקי, חײם קצב׳ם טאכטער און מלכה טארעק, זעליק ישראל םטאשעװערס טאכטער — זײ זענען געפאלן טויט׳ די דריטע אסתר לאה טיזאן, דוד דאלום טאכטער, איז שװער פארװונדעט געװארן אין אויבערשטן טײל פון רעכטן פוס. אלע דרײ זענען געװען אין די אכטצענער יארן. די שיסערײ װאס האט זיך װידער איבערגעחזרט האט אנגעװארפן א שרעק. ם־איז אויםגעבראכן אן אומבאשרײבלעכע פאניק. מענטשן זענען זיך פונאנדערגעלאפן. דאס ליכט אין די מארק־ הײזער איז אויסגעלאשן געװארן. א פינצטערניש און מורא האט באהערשט דאס שטעטל.

passage_54a109c1702bdad45e09de6c
Passage 5normalized OCR · source chars 3298-3960

איך האב זיך געהאלטן צוזאמען מיט מײן ברודער. מיר זענען געטרעטן געװארן פון לויפנדיקן המון. נאך דעם װי אלע מענטשן האבן זיך צעלאפן, זענען מיר נאך א װײל פארבליבן אין דער ליגנדיקער פאזיציע. מיר האבן מורא געהאט צו רירן זיך פון ארט אזוי לאנג װי עס הערן זיך נאך שיסערײען אין שטאט. די פײערדיקע קוילן־בליצן, װאם האבן זיך דורכגעשניטן פאר די אויגן אין צײט פון אונדזער צײט־ װײליקער באהעלטעניש אויפן מארק, האט אונדז געשטעלמ אין א פארצוױיפלטער לאגע. נישט האבנדיק קײן ברירה, האבן מיר גענומען דעם װעג אהײם אין דער ריכטונג צום בוםקער װעג. מיט הארצקלאפע־ ניש פון גזלנים, האבן מיר זיך דורכגעשלײכט דעם פאליצײ־ אמט, דעם געפערלעכםטן פונקט פון אונדזער פארהעלטגיפ־ מעסיק קורצן מהלך אהײם.

passage_4f17f9b318013ca770ec2a92