יעקב פרײדמאן / אױ די טעג פװ פױלנס באפרײאונג (מיאמײביטש) דאם איז געווען אין יאר 1918, אין די האניק־טעג פון פוילנס אויםגעקעמפטער אומאפהענגיקײט. װען די פאליאקן האבן זײער ױם־טוב באגלײט מיט זאאלאגישער שנאה צו ײדן• אויף די װענט האבן זיך באװיזן פלאקאטן׳ װאס האבן גערופן צו פאגראמען און באיקאט. די ברוטאלע אטאקעם אויף ײדן האבן ארומגענומען אלע טײלן פון פוילן און אויך דערגרײכט צו דער געגנט פון כמיעלניק. באזונדערם געפערלעך איז פאר א ײד אין יענע טעג געװען דאס פארן מיט דער באן. אהין פלעגן זיך ארײנרײסן פוילישע סאלדאטן פון גענעראל האלערם אדמײ. האט אײנער פון זײ געגעבן א םיגנאל, איז דאס געװען גענוג די םאלדאטן זאלן זיך נעמען מיט רציחה רײסן ײדישע בערד און שלאגן ביז בלוט. די באן־ליניע קיעלץ —לאדזש איז נישט געגאנגען דירעקט. אין קאלושעק האט מען געדארפט אויסשטײגן, װארטן עטלעכע שעה אויף דער אנקומענדיקער באן, װאס פירט קײן לאדזש.
עס איז געװען א שײנער זוניקער טאג. די באן האט זיך אפגעשטעלט. אויסשטייגנדיק פון װאגאן. באגעגן איך צװיי כמיעלניקער ײדן. זײ פארן אויך קיץ לאדזש. אײנער דער געלער אהרון, געװוינט אויף דער ״מריצע״ הינטערן נײעם בית־עלמין, א ײד מיט א גרויםער לאנגער געלער בארד, געהאנדלט מיט פולקאשקעם, װאס פויערים פלעגן קויפן בעת די ירידים. צװייטער ייד, משהל נוח׳ם, א שניט־סוחר. זײן שניט־קראם איז געװען אין מארק, א פארמעגלעכעד א גערער חסיד געװען. משה׳ל נוח׳ם איז געװען א ײד מיט א גאר קלײן געל בערדל, װאס האט זיך בכלל װײניק געװארפן אין די אויגן• פאר יענער געפערלעכער צײט איז דאס געװען א מעלה. דער װאקזאל איז געװען פול מיט מענטשן. ס׳איז געװען גענוג צײט, האבן פאסאזשירן שפאצירט הין און צוריק. מיט א מאל באמערק איך װי ס׳דערגענטערן זיך עטלעכע ״האלערטשיקעס״, און אין א װײלע ארום איז דער געלער אהרן שוין ארומגערינגלט. די ״האלערטשיקעס״ טרײבן שפאם, הוזקן און שפאטן אפ פון דעם ״זשיד״, שלײדערן אים פון אײגעם צום צװייטן, שפילן זיך מיט אים װי מיט א מויז. דער ײד צאפלט, װיל זיך ארויםרײםן פון דעם געפערלעכן שפיל. אײנער פון די סאלדאטן׳ פול מיט רציחה, פאלט צו אין שרײט ״זשיד פארך, װאס טוםטו דא אויף דער פוילישער ערד י — דא פאלעסטיני !״. כאפט אים אן בײ דער גרויסער בארד, פליקט און רייםט פון אים װי א װילדע חיה. ם׳בלוט
גיםט זיך. דער ײד שרײט און קרעכצט פון װײטיק און צאפלט אין די לאפעס פון צװײטן סאלדאט, װאס האט אים פעסט געהאלטן. דערזעענדיק דאס, בין איך געלאפן דעם ײד, אויף א מעגלעבן אופן׳ העלפן, ארויסרײסן פון די באנדיטישע זעלנער. די שטריכן פון מײן פנים האבן מיך זעלטן פארראטן. כמעט יעדער האט מיך באטראכט פאר א פאליאק. אויך מײן פויליש לשון האט מיך נישט פארראטן, גאנץ אפט מיך געראטעװעט אין פארשידענע סיטואציעס. איך בין אויף א דעצידירנדיקן אופן צוגעשטאנען צו די סאלדאטן צו באפרײען דעם קרבן. איך האב גענומען זאגן מוסר די זעלנער. קולטו־ רעלע מענטשן — זאג איך — דארפן זיך שעמען צו טוען אזא זאך. באפאלן אן אומשולדיקן מענטש און פײניקן אים. דאס זאג איך, איז פשוטער בארבאריזם. דאם האט אבער גאנץ װײגיק געהאלפן. די סאלדאטן, װאם האבן מיך לכתחילה באטראכט פאר א פאליאק, האבן באקומען ספקות, און אײנער פון די ״האלערטשיקעס״ ענטפערט מיר גלײך : ״אויב אזוי ביסטו דאך אויך א זשיד. איך האב נישט געזען, אז א פאליאק זאל זיך אײנשטעלן פאר א ײדן״ — און איך דערשפיר שוין קלעפ פון םאלדאטםקע קולאקעס. א גרוים געזעמל מיט מענטשן איז געשטאנען, קײנער האט נישט געװאגט קומען צוהילף. אין דעם געראנגל מיט די בארבארישע םאלדאטן האב איך פונדעסטװעגן באװיזן אלײן צו ראטעװען און ארויםצורײסן דעם צעמזיקטן ײד.
איך האב גענומען דעם צעשלאגענעם געלן אהרן מיט דער אויסגעריםענער בארד און בלוט־טריפנדיקע װונדן׳ אים געפירט צו א דאקטער, .ארומבאנדאזשירט דאס פנים און געװארט ביזן אנקומענדיקן צוג. װען מיר זענען ארויף אויפן צוג, האבן מיר געזוכט משה׳ל נח׳ס. מיר האבן אים געפונען אין א װינקל׳ זיצנדיק מיט א פארבונדענעם פנים. — איך בין — זאגט ער — באלד געפאלן אויף א המצאדי׳ כדי נישט אטאקירט צו װערן פון די ״האלערטשיקעס״, האב איך פארבאנדאזשירט דאם פגים, און דאס, גלײב איך, האט מיך געראטעװעט. מיט אומרואיקע געמיטער און קלאפנדיקע הערצער זענען מיר דרײ געזעסן אין א פאררוקטן װינקל, פײנלעכע און דערשלאגענע, נישט געװאגט א װארט .ארויםצורעדן אײנער צום צװײטן, ביז מיר זענען אנגעקומען קײן לאדזש.