307 ס נ ק ם כ מ י ע ל נ י ק 308 פרילינג 1916. טיפום פארשפרײט זיד אין שטעטל. די מאכט נעמט אן פארזיכט־מיטלען׳ שליםט אלע עפנטלעכע פארזאמ־ ערטער׳ צװישן זײ אויך דעם בית־מדרש׳ שול און חסידים־ שטיבלעך. עם רוקט אן שבועות׳ אלע דאגות װערן פארגעםן׳ כ׳שטעטל זארגט ־ װו װעט מען דאװענען ױם־טוב ? נאך השתדלותן װערט דערלויבט צו דאװענען בציבור אויף אן אפענעם פלאץ. דער אײנציקער ארומגעמויערטער פלאץ געפינט זיך אויפן שידלאװער װעג׳ א קנאפער קילאמעטעד פון שטעטל. די ״נאפטשארניע״ װערט פארװאנדלט אין א מקום־תפילה. שבועות אינדערפרי אײלן אהין ײדן פון גאנצן שטעטל׳ מען באגריםט זיך מיט א פרײלעכן ״גוט ױם־טוב״. ״װײסע חברהניקעם״ זײנען צופרידן. דערנעבן געפינט זיך א רחבותדיקע ״לאנקע״, דער טײך און א גרין־שמעקנדיקער װעג — .א מחײה ! לויטער חידוש ! אויפן נאפט־פלאץ זענען אװעקגעשטעלט טישן. עם דאװענען צוזאמען עטלעבע מניגים. צעשטיפט ײנגװארג לויפט פון מנין צו מנין. דער אקדמות־ניגון קלינגט אפ אין דער לופט אין צעטראגט זיך מיט מתן־תורהדיקער פרישקײט איבער די ארומיקע פעלדער. די פײגעלעך אויף די בײמער זינגען מיט. צו מנחה־מעריב האט מען זיך אין געהײם צוזאמענגענומען אין הויז־מנינים׳ און װידער איז געװארן טרויעריק אויף דער נשמה. א פארשטערטער ױם־טוב געװען׳ שבועות 1916 אין כמיעלניק. פאלקלאר אין שטעטל זײפמ כזיף נישט איץ
*זײפט מיך נישט אײך — האט מען געבעטץ בײ א בעל־מלאכה׳ װען מען האט אים געגעבן ארבעט♦ דאם האט געמײנט צו זאגן׳ אז ער זאל גישט שלעפן און אפלײגן די ארבעט, ער זאל נישט אײנזײפן, װי עס טוען די כמיעלניקער פריזירער מיט די פויערים״ אין א יאריד־טאג האבן די דארפסלײט אנגעפילט די פריזיערניעס פון מאשענבערג און אנדערע כדי זיך צו שערן און ראזירן. װען א פויער איז געװארן אומגעדולדיק״ נישט געװאלט װארטן אויף זײן רײ און געװאלט אנטלויפן, פלעגט דער שערער א װונק טאן צום לערגײגגל, האט יענער גוט אײנגעזײפט דעם פויער דאס פנים. ערשט דאן איז מען שוין מיט אים געװען זיכער : ער איז אײנגעזײפט, װעט ער שוין נישט אנטלויפן♦ װער שפײזט די פײגעלעף א גאנץ יאר? װען א בעל־מלאכה איז דערעםן געװארן דאס ״רײך־מאכף׳ םון זײנס א קונה׳״ װען יענער האט גע־מײנט, אז נאר א דאגק אים♦ דעם קונה״ איז ער מפרנס זײן הויזגעזינה האט דער בעל־מלאכה געשטעלט זײן ״ברויטגעבער״ אזא שאלה : ״כ׳בעט אײך, מענטשן װארפן צו די פײגעלעך ברײזעלעך בלויז אום שבת שירד״ װער שפײזט די םײגעלער א גאנץ יאר ?״ די נאז מיט דער האנמ אנצמעמען װען דער פאטאגראפיסט, באנאר״ האט אפגעגעבן אן אײסגעפארטיקטע פאטאגראסיע צו א קליענט״ פלעגט ער נעמען דאס בילד אין האנט און לויבן עס מיט אט די װערטער : ״קוקט זיך אײן, דאס פנים װי אייסגעטאקט. די גאז מיט דער האנט אנצונעמען״.
א ברײמע ננידישע חתונה דעם לעצטן פערטל פונעם נײנצנטן יארהוגדערט האט םוביה מארשע־ ליק (בדחן) פרײלעך געמאכט חתן־כלד״ מחותנים און געםט אויף ײדישע חתונות אין כמיעלניק און אין די ארומיקע שטעטלעך. זײן אוגטער־ האלטונגס־פראגראם איז באשטאנען פון די שפאםיקע מעשהלעך, װאס איך האב געהערט נאכדערצײלן פון מײן מוטער״ א געבוירענע אין שידלעװ נעבן כמיעלניק : ״חתן־כלד״ מחותנים״ חשובע געסט ! יעצט װעל איך אײך דערצײלן פון א ברײטער נגידישער חתונה. בלויז די צובארײטונגען צו דער חתוגה־סעודה האבן געגומען זעקם הדשים צײט. שטעלט אײך פאר : אויף צו פעסערן די פיש האט מעי פארגוצט א באן־װאגאן מיט פעפער״ פון עטלעכע גובערניעס האט מען ציגויפגעטריבן קי, אקסן און קעלבער פאר ךער םעודה. כדי דאס פלײש אויםצוזאלצן, האט מען פארנוצט א צעגדליק באן־װאגאגען זאלץ. דאס אלץ אפצוקאכן און אפצובראטן האט מען אויסגעהאקט עטלעכע װעלדער. און אז עם איז געקומען צו דער חתונה־סעודד״ האבן זיך די מחיתגים. שדכניב, בדחנים, שמשים און כלי־זמרים פאר הונגער שיער נישט אפגעביסן די פינגער. איך און איר אלע, זאל מען אזוי לעבן : ״זינט די װעלט שטײט, און צוזאמען מיט איר כמיעלניק, איז נאך אזא חתוגה נישט געװען״. (געזאמלט פון לײבל פיעםריקאװסקי)