Original scan
Original memorial-book scan 157
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-766

װעיװל הערשקאפ / איו װאכעדיקע אװ ױם־טובדיקע טעג (ניױיארק) ־יזײ _ _ _ *9 פרנסה, פרנםה... װען א פרעמדער איז אנגעקומען אין די שפעטע אװנט־ שעהן אין שטעטל ארײן׳ און דערהערט פון אלע זײטן דעש געטומל און געפילדער פון גענדז, האט ער גלײך זיך געקענט משער־זײן, אז דאם איז א שטעטל מיט אן עקאנאמישן אײגנארט. האט טאקע כמיעלניק צעשיקט אין אלע גרויסע פוילישע שטעט יעדע װאך אין די טויזנטער פעט־אויס־ געפאשעטע גענדזלעך, און די פעדערן עקספארטירט קײן אויסלאנד. א פאר הונדערט פאמיליעם זענען געװען באשעפ־ טיקט בײ דער דאזיקער פרנסה. םײ די אײגנטימער פון די ״פאשארניעס״ םײ די הענדלער מיט פאשע, סײ די קאסטן מאנערס, םײ די שוחטים װי די סוחרים װאס האבן צעפירט די םחורה אויף גרוים־שטאטישע מערק אין פוילן. דער צװײטער פרנסה־קװאל פון דער ײדישער באפעלקערוגג איז געװען דער מארק־טאג, יעדן דאנערשטיק.

passage_8bd0bb1a2157db7435d70089
Passage 2normalized OCR · source chars 768-1936

שוין פארטאג האבן ײדן אפגעדאװנט מיט השכמה און אויפגעשטעלט די געשטעלן מיט הויזן און העמדער, שיך און שטיװל׳ לײװנט און קלײדער־שטאף, בײטשן און כאמעטעס׳ קרעלן און פאדים, פארביקע קאפטינלעך און אײנהיל־טיכער — אלץ װאס א דארפישע שטוב קען באנוצן, איז אין דעם טאג געװען אויפן מארק. .אנדערע זײנען ארויסגעגאנגען אויף די װעגן, אפגעװארט די אנקומענדיקע פורלעך און אײנגע־ האנדלט א זעקל תבואד״ אויפגעבלאזן דעם אונטערשטן טײל פון די עופות. אנדערע זײנען ארויס אויפן פערד־מארק קויפן א בהמד״ .א קעלבל אדער א פערד. ביז מיטאג איז דאס שטעטל פול געװארן מיט געשפאן און פויערים. טומלדיקער מסחר איז דעם טאג אנגעגאנגען םײ בײ די אײנקויפונגעי סײ בײם פארקויפן די דארפס־פראדוקטן, באזונדערס אין די שענקען בײ א גלעזל משקה. פארנאכט נאכן מארק, איז דאס שטעטל פול געװען מיט פערדישער צואה און שיכורים, װאס האבן זיך געװאלגערט אונטער די פורן און זיך געקריגט מיט די װײבער, װאס האבן שוין געװאלט אהײמפארן. א דאנערשטיק אין װעלכן עס איז אויםגעפאלן א ײדישעי־ ױם־טוב, האבן גלחים אויסגערופן אין די קירכעס, .אז די װאך װעט קײן מארק־טאג נישט פארקומען. צומארגנס נאכן מארק פרײטיק נאכמיטאג איז דער מארק שוין געװען אויכ־ גערײניקט פון שמוץ, אן א סימן פון נעכטיקן טומל. צערוי־ טלטע ײדן אײלן פון שװיץ־יאד און גרײטן זיך מקבל־שבת־

passage_6200eb7f14153568f97f0a81
Passage 3normalized OCR · source chars 1938-3032

װעלװל הערשקאפ צו־זײן. פארנאכט ציען זיך פון אלע גאםן און געםלעך ײדן מיט קינדערלעך אנגעטאן אין בגדי שבת צום בית־המדרש, שול אדער חםידים־שטיבלעך. פון די פענצטער פינקלען שבת ליכט. די געװעלבער זײנען פארהאקט און פארשלאסן. אין די שטובן פארען זיך די באלעבאסטעס. די טישן געדעקט מיט טישטעכלעך און פינקעלדיקע לארפינקעס מיט קידוש־װײן. דאס גאנצע שטעטל איז אײן גרויסע משפחה־אידיליע. די װאכעדיקע פארדאגהטקײט איז פארבײ און איר ארט האט פארנומען געמיטלעכע דערהויבנקײט. דער זעלבער מארק־פלאץ װאם ברויזט דאנערשטיק מיט אימפעט און ,ענערגיע, נערװעזיטעט און םוחרישע ראפינירט־ קײט, װערט פרײטיק־צו־נאכטס פארװאנדלט אין א שפאציר־ פלאץ. ױגנט און עלטערע קומען זיך צונויף. עלטערע קומען דערצײלן אדער הערן א פליאטקע, שמועסן װעגן װעלט־נײעם אדער סתם דיסקוטירן מכוח הײמישע ענינים. ױגנט טרעפט זיך אויף א פלירט. אין שװערע צײטן די עסטרײכישע אקופאציע־מאכט פון ערשטן קריג האט ארײנגעבראכט אין שטעטל די ערשטע מאטאריזאציע דורך אויפשטעלן א באן־םטאציע דורך װעלכער עס איז פארבײ־ געפארן א צוג פון יענדזשעיאװ ביז סטאשעװ דורך סענדזשע־ װיץ און כמיעלניק. דער פײף פון דער אדורכפארנדיקער. ״קאלעיקע״ האט יעדן טאג דערמאנט דאם שטעטל װי שפעט ס׳איז.

passage_43aad7bc32817459ab758fcd
Passage 4normalized OCR · source chars 3034-3476

אין דער זעלבער צײט האט זיך אבער פארערגערט די עקאנאמישע לאגע. די אײנגעפירטע קאנטראל איבער דער װירטשאפט האט ארעמער געמאכט דאם נישט רײכע שטעטל. מ׳האט מער נישט געקענט פארן קײן לאדזש און װארשע פאר מםחר און ארבעט. אויך די מעגלעכקײטן אױסצוװאנדערן מעבר לים זײנען מער נישט געװען, און דאם שטעטל איז פיל געװארן מיט הײמלאזע׳ פארטריבענע ײדן פון די רוסישע גרענעץ־געביטן. דחקות און נויט איז געװען גרויס, האט מען געװארט און געהאפט אויף א שנעלן םוף פון קריג,

passage_1505a483a01a7775058bd45f