Original scan
Original memorial-book scan 156
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-1106

303 פ נ ק ס כמיעלביק 304 ס׳האבן נישט געהאלפן קײן שום טענות, כ׳האב געמוזט גײז• אויף דער פאליצײ־םטאנציע האט מיך דער קאמענדאגט גאנץ העפלעך באגעגנט־ ,׳נישטא װאם צו שרעקז זיך׳ ביסט נישט כאגאנגען קײן פארברעכן. ם׳איז בלויז אונדזער פליכט אין אזעלכע פאלן אויפצושרײבן א פראטאקאל׳/ איך האב דורכגעלײענט דעם צוזאמענגעשטעלטן פראטאקאל און אונטערגעשריבן. זאגט מיר דער קאמענדאנט? איצט ביסטו פרײ. ס׳קאן אבער גאנץ מעגלעך זײן׳ אז פון סטא־ ראםטװע אין בוסק זאל אנקומען א פארארדענונג דיך צו ארעםטירן. עטלעכע טעג שפעטער האבן זיך באװיזן צװײ פאליציאנטן : פאניע פרידמאן ! מיר האבן געקריגן א פארארדענונג פון סטאראסטװע אין בוסק צו מאכן א רעװיזיע בײ דיר אין הויז. איידער מיר גײען אדורכפירן די רעװיזיע׳ זאג אונדז צי דו האסט אומלעגאלע רעװאלוציאנערע ביכער. װער וױים װאם מען מײנט כשר אדער נישט כשרע ליטעראטור י צוזאמענ־ גענומען אלע ײדישע און אנדער־שפראכיקע ביכער און בראשורן׳ אײנגעפאקט אין צװײ גרויםע זעק. די פאליצײ האט זיך מיט דעם מתעםק געװען און אין מיר האבן אלע איברים געציטערט. װער װײס װאם פארא גזר ס׳װעט אנקומען פון דער סטאראסטװע ! די צװײ זעק ביכער זענען עקםפעדירט געװארן קײן בוסק צו דער םטאראסטװע און צום שעף פון דער פאליצײ...

passage_11f23f32610ff2a883a07f2c
Passage 2normalized OCR · source chars 1108-1797

יעדן טאג און טאקע יעדע שעה האב איך דורכגעלעבט שרעק, מוראדיק געציטערט׳ צי ס׳קומט נישט א פרישע פארארדענונג מיך צו ארעסטירן. מער װי צװײ חדשים האט מען אין סטאראםטװע געשטודירט מײנע ביכער׳ כדי אויסצוגעפינען צי איך בין גענוג כשר. אין א געװיסן פרימארגן דערהאלט איך א ברױו פון בוסק פון םטאראםטװעם קאנצעלאריע׳ אין װעלכן מ׳פאדערט מיך אויף צו קומען אפנעמען מײנע ביכער. דעם זעלבן טאג האב איך גענומען דעם אױטאבום׳ געקומען קײן בוסק׳ גלײך ארײן אין קאנצעלאריע. דארט ליגט שוין אלץ פארפאקט. ״נעם און גײ!״ — זאגט מען מיר. פון די צװײ זעק מיט גיכער און בראשורן׳ װאס די פאליצײ האט בײ מיר קאנפיסקירט׳ האב איך צוריקבאקומען װײגיקער װי א העלפט. כ׳האב אבער געהאט מזל׳ װאם דאם איז אויםגעגאנגען בלויז צו מײנע ביכער.

passage_ed8e4be874a0e60688f1e49a