Original scan
Original memorial-book scan 155
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-1135

301 יעקב םרײדמאן — אין די טעג סון פוילנס באפרײאונג 302 א פלאץ זװוישן די גוײם׳ געװארט ביז די פארזאמלונג װעט געעםנט װערן. אויף דער טדיבונע האט זיך דער ערשטער באװיזן פאן זאמאיםקי׳ א נישקשהדיקער ײדךפרעםער, דער שרײבער אין מאגיסטראט. באלד נאך אים איז ארײנגעקומען דער פרעזידױם מיט א גלח אין שפיץ. װען דער פרעזידױם־טיש האט זיך אײנגעםדרט׳ האט מען געמאלדן, אז דער פאן זאמאיםקי װעט זײן ״פזשװאדניטשאנצי״ (םארזיצער). פאן זאמאיסקי האט געעפנט דעם ״װיעץ״ און פארגעשטעלט דעם גאםט, דעם רעדנער. א דיקער, םעסטער גױ. צוקומענדיק צום פולפיט, האט ער זיך איבערגעצלמט און גענומען רעדן. מיט זײן פליסיקער פאלקסטימלעכער שפראך האט ער מאמענטאל באהערשט דעם גאנצן זאל. איך האב באלד דערקענט, אז דער גלח איז אן אגיטאטאר פון דמאװםקיס חדר — דער פאטער פון פוילישן באיקאט קעגן ײדן• ער האט אױפגעקלערט, אז דאס פוילישע פאלק דארף האלטן שטארק דעם באיקאט קעגן ײדן, וױיל זײ, די ײדן, געמען צו זײנע פרנסות, קויפן בײ ײדן איז דעריבער א גרויסע זינד. ײדן זענען פאראזיטן, לעבן אויף יענעמם חשבון, זײגן דאס בלוט פון אנדערע, און קײן שום פאלק אין דער װעלט טאר זײ נישט דולדן. צוהערגדיק דעם אויפפלאקער פון זײנע רײד, האב איך געפילט׳ װי ם׳װאלט מיך אנגעהויבן װערגן און שטיקן אין האלדז...

passage_357a6f6104f1f4b992e5734e
Passage 2normalized OCR · source chars 1137-2259

אין א פאר טעג ארום האבן זיך אין שטאט באװיזן אויס־ געקלעפטע אפישן אויף די װענט, אז דער טרויעריק בארימטער דעפוטאט פון פוילישן םײם׳ מאנטערים׳ קומט אין שטאט, װעט האלטן א רעדע זונטיק 12 א זײגער, אויפן פלאץ׳ בײ דער קירכע׳ בעת די גוײם פון די דערפער גײען ארויס גאך דער הײליקער מעסע. דער זעלבער מאנטעריס איז אין זײנער צײט׳ בעת די װאלן צום סײם אויםגעקליבן געװארן מצד דער פױערים-פארטײ פון מאכעװער פאװיאט. שפעטער האט ער געענדערט זײן פאליטישע שטעלוגג און איז אריבער צו די ״ענדעקעס״, די גרעםטע אנטיםעמיטישע פארטײ אין פוילן. ער איז דאמאלט באקאנט געװען דערמיט׳ װאס ער איז אין םײם באפאלן נח פרילוצקין און אים בלוטיק צעשלאגן. כמיעלניק האט פון צײט צו צײט געהאט געםט׳ פוילישע סײם־דעפוטאטן, װעלכע זענען ארויםגעטראטן אויף עפנטלעבע פארזאמלונגען. יעדער פון זײ׳ װילנדיק געװינען דעם צוטרוי פון די כאסן, איז ?ײנמאל נישט פרײ געװען פון ײדן־שנאה. דער טאג איז געװען א שײנער׳ א זוניקער• שפאצירנדיק אויף לעשמאנס טראטואר מיט יאסל קלײנערט׳ װעלכער איז הײנט אין ארץײשראל, האב איך אים פארגעלײגט צו באזובן דעם ״װיעץ״. מיר בײדע האבן באשלאסן אזא געלעגעגהײט נישט דורכצולאזן. צוקומענדיק צום פלאץ׳ האבן מיר געזען׳ וױ גױים שטײען אין הונדערטער. בשכנות פון אונדז האב

passage_3e66c7d0fb172a4c2e982639
Passage 3normalized OCR · source chars 2261-3271

איך באמערקט די שליװינםקיס און דער פאן ליפאװםקי׳ מיט װעמען ײדן האבן זיך טאג־טעגלעך באגעגנט און געלעבט מער װײניקער אין ט־ײנטלעכע באציאונגען׳ גאנץ אפט געשפילט אין שאך. דער פאן ליפאװםקי׳ איז געװען צוליב זײנע געשעפטלעכע ענינים׳ פארבונדן מיט ײדן. בײ ױרטשיקן אין הויף אין דער קעלצער גאם האט ער פארנומען א פלאץ מיט אגראר־ מאשינען און אנדערע כלים. מיר האבן זיך מיט די שליװינם־ קים און מיט ליפאװסקין גאנץ װארעם באגריסט. אויף א ספעציעל־צוגעגרײטער פלאטפארמע האט זיך באװיזן א קארפולענטער הויכער מגושמדיקער גוי מיט שטארקע מוסקולן װי אן אטלעט. די פויערים און שטאט־גולאנעס׳ װי מ׳פלעגט זײ רופן׳ האבן זיך גרופירט ארום דער פלאטפארמע און געװארט מיט אומגעדולד, דער רעדנער זאל אנהײבן. ם׳האט לאנג נישט גענומען און דער אנטיםעמיטישער דעפוטאט האט זיך צעלאזט אין א לאנגער אנטיםעמיטישעי דרשד״ ער איז ממש ארײנגעפאלן אין היסטעריע׳ געהאלטן א פרעדיקט אנגעפיקעװעט מיט בלוטיקע בלבולים אויף ײדן׳ גערופן צו באיקאט קעגן ײדישע םוחרים און אװעקצושטעלן ״פיקעטן״, כדי אכטונג צו געבן׳ די פויערים זאלן נישט װאגן אריבערטרעטן די שװעל פון א ײדיש געשעפט.

passage_02b91a165bea65c460e7922b
Passage 4normalized OCR · source chars 3273-4429

אין אײנעם א מאמענט האט דאן מענטעריס זיך אויך אנגעהויבן אנצונעמען פאר דעם רוסישן פאלק׳ װאם איז נעבעך פארשקלאפט געװארן צו דער ״זשידא־קאמונא״ מיט דעם ײד טראצקי אין דער שפיץ. דא האב איך זיך שוין נישט געקענט באהערשן און מיט מײנע אלע כוחות אויס־ געשריגן צום רעדנער : ״פאניע מאנטעריס : און דער פאליאק דזשערזשינסקי׳ איז ער נישט געװען דער שאפער און שטײט ער נישט ביזן הײנטיקן טאג אין שפיץ פון דער גע־פע־או אין סאװיעטן־פארבאנד ? • אין דעם מאמענט כאפט מיך אן בײ דער האנט מײן גוטעד שכן, פאן ליפאװסקי׳ מיט װעמעז מיר האבן זיך אזוי פרײנט־ לעך פריער באגריםט און ער שרײט אויס מיט דער גאנצער רוגזד,: ״פאװיעשיטש טעגא זשידאנ״ (העגגען דעם ײד), ״פאװיעשיטש גא זאראז נא מיעיסצו״ (הענגען אים באלד אויפן ארט). ם׳האט זיך מאמענטאל אויפגעהויבן א טומל. אבער מײן חבר יאםל קלײנערט האט זיך נישט פארלוירן׳ מיך מיט געװאלט ארויםגעריסן און מיר זענען׳ נישט־טויט־נישט־לעבעדיק׳ אנטלאפן. װען איך האב איבערגעטראטן די שװעל פון נ־ײן הויז, א בלאסער, האב׳ך פאר שרעק כמעט פארלוירן דאס לשון׳ אבער אײדער מײן טאטע האט נאך באװיזן עפעס צו פרעגן׳ קלאפט מען אין טיר : פאליצײ ! דער פאליציאנט מײדע׳ װעלכער האט כמעט יעדן אײגעש אין שטעטל געקאנט׳ רופט זיך אן צו מיר: ״נא פאםטע־ רונעק !״ (אין דער פאליצײ־םטאגציע).

passage_8a21fb16ea06e0b969d4cb48