Original scan
Original memorial-book scan 160
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-629

311 פנקס כמיעלניק 312 פראסט איז געװען גרויס׳ האט מען דעם חתן געפירט מיט פארשטעלטע אויגן אין אן אטלאםענער קאפאטע און אין א װייסן קיטל צו דער שול און געװארט אונטער דער חיפה אויף דער כלה׳ װעלכע האט זיך געזוימט צו קומען און דערװײל האבן די װוילע ײנגען און לאבוזעם געװארפן קוילן שנײ דעם חתן. נאך דער חופה׳ װען חתן־כלה זענען געזעסן בײ דער גאלדענער ױיך׳ נאך א תענית פון 24 שעה׳ האבן די געםט זיך איבערגעװונקען׳ באמת א גוטער זױוג. דעד עולם האט געטרונקען לחײם פאר חתן־כלה און מחותנים און דער בדחן ר׳ יאסל מארשאליק האט פרײלעך געמאכט מיטן פזמון : ״גאט האט געזאגט צו אברהמען׳ ער זאל נישט דערװעגן צו לאמען... נאר ער זאל גיץ אין גלײכן װעג...״

passage_6b009d7b50a664efda068f0f
Passage 2normalized OCR · source chars 631-1562

שפעט בײנאכט׳ װען דער עולם איז שוין געװען מיד און שיכור׳ האט דער בדחן אױסגערופן: ״דרשה־געשאנק פץ חתנם צד — א פאר זילבערנע לײכטערס פון זײדן ר׳ משה׳ א בשמים־ביקסל פון פעטער ר׳ חײם אאז״װ. דרשה־געשאנק פון דער כלה׳ס צד — א שבת־קודש־מעסער. מען האט געטראגן פון אלע זײטן־ קידוש־בעכערלעך׳ גאפל׳ לעפל׳ מעסער׳ טאצן׳ זילבערנע אליהו הנביא־בעכער און צום סוף האט זיך אנגעהויבן דאם מצװה־טענצל פון חתן־כלה׳ מחותנים און קרובים. דער מחותן האט מיט לעקאך און בראנפן אײנגעלאדנט צום טאנץ מיט דער כלה. די כלה האט געהאלטן בײ איץ שפיץ פון איר פאטשײלע און בײם צװײטן שפיץ האט געהאלטן דער מחותן אדער אנדערע קרובים. אין א געהויבענער שטימונג׳ שוין גאר שפעט אין דער נאכט׳ זוען דער עולם האט זיך נאך געלאזט װוילגײן׳ זענען חתן־כלה םארשװונדן , אין חדר מױחה פארטאגס׳ מיד אין מארשלאםן איז דער עולם זיך צעגאנגען. א םפעציעל קאפיטל איז װי אזוי עם זענען געבוירן געװארן קינדער׳ װי אזױ די הײבאמס האבן די קינדער אפגענומען. איך געדענק יענע צײטן׳ װען איך בין געװעזן א ױנג כלה־

passage_72d3aa1e8ae2b8d2b1a93314
Passage 3normalized OCR · source chars 1564-2059

מײדל׳ מיט צװײ לאנגע׳ שװארצע צעפ. אז א קינפעטארין איז שװער געגאנגען צו קינד׳ האט מען מיך גערופן צום בעט פון דער פרוי׳ מען האט מיר אויפגעפלאכטן די צעפ און דאם איז געװען א סגולה׳ זי זאל גרינגער האבן דאם קינה נאכהער איז געקומען משה שמש און האט געבלאזן שופר און אויב דאס האט אויך נישט געהאלפן און די פרוי האט זיך װײטער געמאטערט׳ האט מען אנגעבונדן .א שפאגאט בײם בעט און געצויגן איבער די גאסן ביז צום ארון קודש פון גרויםן בית־ המדרש. ביז גאט האט געהאלפן׳ נאך גרויס מאטערניש איז דאם קינד געבוירן געװארן•

passage_01e38b5865a907b7d6966fb9
Passage 4normalized OCR · source chars 2061-3170

האט׳ חלילה׳ פאםירט׳ אז דאס קינד איז געשטארבן בײם אפנעמען׳ איז די גאנצע שולד געפאלן אויף דער הײבאם׳ מען האט זי דאן גערופן: חנהלע די מכשפה. עם זענען ארומגעגאנגען פוםטע לעגענדעם׳ אז חנהלע די הײבאם גיט דאם קינד איבער צו די שדים. אין אזא פאל האט זי באקומען געשלאגן׳ אז זי זאל דאם קינד אפגעבן. מען האט דערצײלט א ״פאל״ : א פרוי אין שטעטל האט אמאל געבוירן א קינד׳ איז בײנאכט ארײנגעקומען א שװארצע קאץ. דער מאן האט דאם דערזען׳ האט ער איר אפגעהאקט דעם עק׳ צומארגנס האט מען געזען חנהלען מיט אן אפגעהאקטן פינגער. אזעלכע לעגענדעם זענען געװען פארשפרײט אין די צענדליקער. איך געדענק אין כמיעלניק א פאמיליע׳ װאס בײ איר האבן זיך נישט געקאנט כאװען קײן קינדער. פון פערצן קינדער זענען געבליבן דרײ. מען איז געפארן צום פינטשעװער רבין און ער האט געגעבן אן עצה און א םגולה׳ מען זאל אויס־ מעםטן דאם בית הקברות מיט װײםע לײװנט און דאס עלצטע מײדל זאל גײן אנגעטאן אין װײםע לײװנטנע קלײדער׳ ביז זי װעט זיך פארשטײן צו שעמען׳ און די רעשט ליװונט אװעקגעבן ארעמע כלות. דאם מײדל איז אבער דאך קראנק געװארן׳ איז מען װײטער געםארן צום פינטשעװער רבין און ער האט געהײסן כפרות־שלאגן מיט א הין׳ זי באגראבן אויפן בית הקברות און דעם מײדליגעבן .א צוגאב־נאמען.

passage_561d9d78d1646125ca11b820