Original scan
Original memorial-book scan 161
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-1037

קלמן פשעװארסקי / דער יריד (נױ־יארק) כמיעלניק איז געװען דער האנדלם־צענטער פון די ארומיקע קלענערע שטעטלעך און דערפער. כמיעלניק האט געהאנדלט אמ געװאנדלט, געפארן אויף פרעמדע יארידן און זיך געפארעט און געטומלט אויף איר אײגעגעם הײמישן יאריד. אנהויבנדיק פון אלע ארומיקע װעגן און ראגאטקעס ביז צום לעצטן שפאן ערד פון שטעטל, פלעגט אין אזא דאנערשטיקדיקן יאריד־טאג זיץ פול געפראפט מיט מענטשן און פויערישע פערד און װעגענער. צװישן דעם הירזשען פון פערד און טומלען פון מענטשן׳ איז אנגעגאנגען א װעטגעיעג צװישן סוחרים און א דיגגעניש מיט פויערים און פויערטעס• און אזוי אנהויבנדיק פון די קלענסטע שוין טיף־געגרינ־ צלטע באבעשיס, װאם פלעגן בעת מעשה װארעמען בײ די פײער־טעפ זײערע אלטע און שוואכע גלידער׳ װעמענם ״מםחר״ עם איז באשטאנען פאר א גראשן, פאר א צװײער — ביז די גרעסטע הארט־שטײפע אײזן־ם־חרים און פוכיק־װײכע פעדער־-םוחרים׳ אייער און הינער־םוחרים, װו אין געפילדעי־ פון עופות אלערלײ האבן די גענדזלערם דאמינירט מיט געשרײ. ערשט די קצבים, בהמה און פערד־סוהרים, תבואה־ סוחרים פון שטעטל זענען, חלייה׳ אויך נישט געבליבן הינטערשטעליק. א יאריד אין יעדער בראנזשע.

passage_9d2f8dde9f06a64d5ca781dc
Passage 2normalized OCR · source chars 1039-2057

גלײך פונעם פרימארגן ביז זון־אוגטערגאנג, זענען סוחרים געװען באשעפטיקט מיט פויקן און רעקלאמירן זײערע םחורות פאר די קונים. און אז עם זאל דעם קונה געפעלן װערן דער בגד בײ אונדזערע אמאליקע טאנדײט־שנײדערם, האבן זיך די םוחרים בכבודו ובעצמו געמוזט מטריח זײן בײם מעסטן די פויערישע קורטקעס. אויך װען דער מלבוש איז געפעלן געװארן, האט דער סוחר אלץ נאך געמוזט צורעדן זײן קונה מיט דעם אנגענומענעם פזמון, אז דער מלבוש איז אויף איס אזוי װונדערשײן און פרעכטיק, אז מען קאן אים טראגן *אי דא שלובו, אי דא גראבו״. (אי צו דער חתונה, אי צו דער לװיה). בײ שטױול־מעסטן האט דער שוסטער צו זײנע קונים מיט טיפן ערנםט און איבערצײגונג געמוזט צוגעבן, אז דער שטױול איז אזא שײנער און טײערער, אז מען קען אין אים גײן ״אי דא סטראױ, אי דא גנאױ״• (אי צום טאנץ, אי צום מיסט). בײם פארקויפן די שרײענדיקע פארביקע קאלירן געבלי־ מלטע קאפטיכלעך פאר די פויערטעם, פלעגט מען צוגעבן א־א פםוק * ״כוםטקא יעסט טאקא שליטשנא, זשע קאביעטא :יאזשע ׳װ ניעי כאדזשיטש ז׳קאשטשיאלא פראםטא דא כלעװו״. (דאם טיכל איז אזוי שײן אז א פרוי קאן עם טראגן פון דער קירכע גלײך אין חזיר־שטאל).

passage_371ab881e673f8b32587621d
Passage 3normalized OCR · source chars 2059-2475

װען ס׳האט זיך געענדיקט דער מארק און דער בין־השמשות האט מיט שאטן אײנגעהילט דאם שטעטל, האבן פערדלעך גענומען שפאנען האפערדיק מיט זײערע גזשױועם צוריק אין די דערפער אהײם. דער אפקלאנג פונעם טומל האט נאך אבער לאנג געהאגגען איבערן שטעטל. פלײסיקע שטאט־ קערער האבן זיך גלײך גענומען אפצורוימען אלע קופעס אפפאל׳ אויסגעשפרײטע איבער .אלע גאסן און פלעצער. און אזוי האט גענומען א מעת־לעת ביז דאס שטעטל איז צו זיך געקומען נאכן יאריד.

passage_ed534a5fbb9e871f44d08824