Original scan
Original memorial-book scan 162
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-1136

װםףקאנטאר / דערמאנונגעו (קרית־אונו) ױסף קאנטאר ש ב ת דער כמיעלניקער מארק װאם איז גערוען װי א פארמאכטער קאםטן, האט אויסגעזען שבת װי א פעםטונג מיט די דיקע אײזערנע פרענטן און גרויסע שלעםער אויף די געשעפטן, װאם זענען .אלע געװען ײדישע. די װאכנטעג זענען געװען לאנגע און הארעפאשנע. שבת דאקעגן האט געהאט א באזונ־ דערן געשמאק. שוין זעקס א זײגער פרימארגן האט מען געזען װי ײדן מיט ברײטע, צעקעמטע בערד און שװארצע זײדענע און אטלאםענע קאפאטעם מיט שװארצע שטױול, שפאנען רואיק און זיכער, צוזונגענדיק זיך א זמרל, אין המשך פון פרײטיק־צונאכטדיקע זמירות׳ װער אין גרויםן בית המדרש ארײן, װער אין שול און װער אין פארשידענע חסידים־ שטיבלעך, כדי ארײנצוכאפן א קאפיטל תהילים׳ א פרק משנױת, למדנים — אויך א דף ױמי. דער תהילים־זאגער, דער שליח ציבור אין גרויםן בית המדרש איז געװען עזרא נאפארםטעק, א ברײטבײניקער ײד מיט א קײלעכדיקער פלײצע און א שײנער זײדענער בארד. געהאט האט ער א קלינגנדיקע שטימע. יעדעס װארט פון זײן תהילים זאגן׳ האט הילכיק אפגעקלונגען צװישן די בית המדרש־װענט. כאטש עזרא איז געװען א מאדזשיצער חםיד, האט ער שטענדיק געהאלטן די חזקה פון זאגן תהילים דװקא אין גרויםן בית המדרש. ערשט דערנאך איז ער אװעק דאװענען בײם עמוד אין מאדזשיצער שטיבל, בײ ױםף שואלן.

passage_ef1cdb86980ad6a6c23e3454
Passage 2normalized OCR · source chars 1138-2100

זומער־צײט, נאך הערן עזראם תהילים־זאגן, האבן זיך אויף די טראטוארן באװיזן די ױנגע פארלעך, מאדערן געקלײדעט אין ספארט־העמדער, נאך גאנץ ױנגע — ערשט װאם געענדיקט די פאלקס־שולע, מיט ביכער אונטער די ארעמם. זײ האבן זיך געאײלט אין דער ריכטונג פון דער ״קאלײקע״, צעלײגט זיך אויף די ״פיאסקעס״ אונטער די בײמער אין דעם קלײנעם װעלדל, שפאצירט אויף די םטעזש־ קעם צװישן דעם הויכן קארן, נישט װײט פון דער ״שװאלניע״, די ״שקאלע זאװאדאװע״, װאם איז געגרינדעט געװארן דורך דעם כמיעלניקער שלאכטשיץ הענױם. אויף אט דעם גאנצן שטח האט מען געקענט טרעפן די כמיעלניקער ױגנטלעכע, א טײל בײם לײענעז טאלםטוי און דאםטאיעװםקי, שענקע־ װיטש און מיצקעװיטש, אנדערע בײם לײענען די ײדישע פרעסע, דעם ״הײנט״, ״מאמענט״, ״פאלקס־צײטונג״ און פארשידעגע פארטײאישע אויםגאבן. די כמיעלניקער האבן געשמט אין דער געגנט אלס, אינטעליגענטן, באלעזענע אין פאליטיש־רײפע. אויך חםידישע בחורימלעך מיט שוין צעקנײטשטע םאמעטענע היטלען האבן זיך ארויםגעגנבעט פון בית המדרש און שטיבל און באהאלטענערהײט געלײענט מענדעלע, שלום־עליכם און פרץ.

passage_7c27f228cbfa0992be8531c0
Passage 3normalized OCR · source chars 2102-2599

שפעטער, שבת־פארמיטאג איז דער עולם אויף דער גאס געװארן נאך פארביקער. כמיעלניקער האבן קײנמאל נישט ליב געהאט צו זיצן אין דער הײם. פון בית־המדרש אין שול־ גאם׳ װאס האט לעצטנס געהײםן בערקא יאםעלעװיטשא־גאס, האבן זיך ארויסגעלאזט ײדן גאכן דאװענען פון שול און בית המדרש, מערםטנם בעלי מלאכות מיט געהאקטע קאפאטעם און אויך פארגעשריטענע, װאם האבן נאך נישט אין גאנצן איבערגעריסן מיט רבוגו של עולם. פון .אלע עקן שטאט האבן זיך באלד דערנאך באװיזן חסירים, מתפללים, אין אטלאפ, זײד און םאמעט ײדן חםידים פון אלע רבײאישע

passage_bc1ab89da01e60c13c473d59
Passage 4normalized OCR · source chars 2601-3600

דינאםטיעס: גערער, אלעקםאנדער, מאדזשיצער, ראדאמס־ קער, קהמירער׳ מערסטנטײל מיט די טליתים אויף די אקסלען, װעלכע מ׳האט נישט אראפגעגומען ביז נאך קדוש־ מאכן. ױנגעלײט מיט פרויען און קינדער, װאם האבן שוין מער נישט געדאװנט אין שבת, נאר אין ימים נוראים אלײן׳ האבן זיך געלאזט אויף שפאציר אויפן שידלעװער װעג צו פאװ־ לאװםקיס װעלדל, אויפן בוםקער װעג צום טארטאק און אויפן פינטשעװער װעג קײן פשעדװארזשע צו גראבדע, אויך אין הויף פון זאקשינסקע. מיטגעטראגן האבן זײ מיט זיך פאטשײלעס מיט עפלקיכנם, שבת־אויבםט, צידה־לדרך פאר די קינדער. פון דאװענען זענען אויך געגאנגען די ױנגע טעכטער פון דער רעליגיעזער שולע ״בית יעקב״, אנגעטאן אין שװארצע שירצן מיט װײסע קעלנער. פון צײט צו צײט האט מען געזען א יונגע כלה מיט די מחותנעםטעם, װי זי װערט געפירט צופ דאװענעז — אלע אויםגעפוצטע לכבוד שבת, מיט קרבן־מנחה סידורים מיט גאלדענע שלעסער אין די הענט. קורץ פאר מיטאג האבן זיך אלע געטראפן און זיך אויסגעמישט _ די ױגנט פון שפאציר, דער חםידישער עולם פון דאװענען, אלע האבן זיך איצט געאײלט צום געדעקטן שבתדיקן טיש מיט פיש, טשאלנט און לאקשן־קוגל.

passage_441780ef681b8de15d4fd088
Passage 5normalized OCR · source chars 3602-4053

װען די זון האט זיך העכער אויפגעהויבן האבן אויך אנגע־ הויבן צוריקקומען אין שטאט די ױגנטלעכע פון קאח און פון אונטער די בײמער, אהײמװעגם געכאפט א פלירט און דערבײ העפטיק געשמועםט װעגן דורכגעלײענטן ראמאן אדער פאליטישער דיסקוסיע מכוח .אקטועלע װעלט־ענינים. באלד האט זיך דערהערט פון אלע ײדישע הײזער די שבתדיקע זמירות ״אזמר בשבחין״, אויםגעמישט מיט געשמאקן ריח פון שבתדיקע מאכלים. כמיעלניקער ײדן האבן זיך נישט געהאט װאם צו שעמען מיט זײערע בעלי מנגנים. מאדזשיצער

passage_e62dd1e960e776dad81602d1