317 ױםף קאננטאר — דערמןןנונמין 318 ניגונים און מארשן האבן זיך נישט בלויז געהערט בײ מאד־ זשיצער חסידים נאר אויך בײ אלע בעלי־מלאכות אין װאכן־ טעג בײ שער און אײזן. אויך א הילכיקער ״רחם נא״ פון גרשון םיראטא אדער פון קוםעװיצקי׳ האט מען געקאגט הערן פון די פענצטער• דער מאדזשיצער רבי ר׳ שאול טאוב איז געװעזן אן אפטער גאםט אין שטאט, הא6 דא געפראװעט שבתדיקע טישן מיט גרויס פאראד. אויך אגדערע חסידישע רבײם האבן מיט גרוים פארגעניגן באזוכט במשך גאנצע װאכן כמיעלניק, אנגענומען קװיטלעך׳ געשריבן קמיעות און געגעבן ברכות. נשים צדקנױת האבן שעה׳ען געװארט, כדי צו באקומען א ברכה פון רבי׳ן, אויך ײדן פון דער גאנצער אומגעגנט פלעגן דאן קומען צום רבי׳ן קיץ כמיעלניק. שבת נאך מיטאג האבן זיך געעפנט די פיל צױניםטישע און ארבעטער לאקאלן װו פיל ױגנטלעכע האבן פארבראכט בײ שמועסן אויף פארשידענע צױניםטישע און אנדערע טעמעס, אנטײלגענומען אין פארלעזונגען אויף ליטערארישע טעמעס, מכוח קונםט, טעאטער און פאליטיק און אויך נישט פאר־ נאכלעםיקט ספארט. כמעט בײ יעדער ױגנט־ארגאניזאציע האבן זיך געפונען ספארט־אפטײלונגען, װי פוטבאל, פיגג־ פאנג, און אנדערע צװײגן. פון אט די אלע לאקאלן האבן זיך געהערט די הארא־טענץ, באגלײט דורך ארץ־ישראלדיקע לידער.
די צװײ טראטוארן פון מארק זענען אויך אין די אװנטן געװען איבערגעפולט פון דער שפאצירנדיקער ױגנט. עס האט געקאכט װי אין .א זידיקן קעםל. די טראטוארן זענען געװען געפאקט, נישט געװען װו א שפילקע צו װארפן. מען האט דיסקוטירט, געפרװוט איבערצײגן אײגער דעם אנדערן און װערבירן מיטגלידער אין די ױגנט־ארגאניזאציעס און פאר־ טײען. פיל צו דערצײלן װאלטן געהאט די טראטוארן פון מארק, װען זײ װאלטן רעדן געקענט, װעגן גרויםע ױגנט־ חלומות און ליבעם, װעגן חםידישע בחורימלעך פון בית המדרש און ישיבה, װאס זענען אפיקורסים געװארן, נאכן באקומען די ערשטע אפיקורםישע צײטונגען און זשורנאלן. האנדל און אינדוםטריע כמיעלניקער סוחרים האבן געפירט א האנדל מיט די גרע־ סטע פוילישע שטעט און אױך מיט אױםלאנד. כמיעלניקער גענדז, פוך און פעדערן זענען געװעזן א שם דבר. אײנער פון די גרעסטע פעדער־סוחרים אלתר לאפע האט אפילו עקס־ פארטירט קײן אמעריקע. דער ברײטער מסחר האט פאר־ גרעםערט די קאמוניקאציע־מיטלען. די אמאליקע בעלאגאלעש האבן פארקויפט פערד־און־װאגן און געקויפט די נײעםטע לאםט־אויטאס, זענען געװארן גבירים און באשעפטיקט מענטשן, בוכהאלטערן, םעקרעטארן און שאפערן; אויפגע־ שטעלט אײגענע עקספעדיציעס צו די גרויסע שטעט פון פוילן.
כמיעלניק האט אויך פאבריצירט לעדער פארן לאנד אין אױםלאנד. די גארבערײען זענען געװען א װיכטיקע אינדוםטריע אין כמיעלניק. די פארשידענע סארטן לעדער, ספעציעל יאכטן, האבן געשמט אין פוילן. דער נאמען הערמאן מילער, לעדער־פאבריק, ,׳מעיד אין כמיעלניק״, האט פיגורירט אויף די לעדער־טראנםפארטן. פיל לעדער־פאבריקאנטן, װי העינאך העלבערג, חסידישע יידן, װעלכע האבן פון דורות איבערגענו־ מען דאס פאך. פארן קריג האט דער באװוסטער מאטל ראזענ־ בלום אנטװיקלט א לעדער־גאלאנטעריע פאבריק, װי אויך דיטשיסקעס. בײ אט דער מלאכה זענען געװען באשעפטיקט פיל ארבעטער. די פראדוקציע איז געגאנגען אויף פארשידענע עקן פון פוילן. אויך די זײף און ליכט־פאבריקן פון משה פאסטערנאק און מיכאל בריקמאן זענען געװעזן באקאנט אין דער געגגט. חײם קלײנהענדלער מיט זײנע זין האבן דער־ פונדן אן אײגענע קאנםטרוקציע פון ליכט־מאשינען, זײ אלײן געבויט און געשיקט נאך אױסלאנד. אין ישראל געפינען זיך נאך הײנט די מאשינען פון די גרויסע ליכט־פאבריקן פון דער אויסארבעטונג פון ״ח. קלײנהענדלער פון כמיעלניק״. די גילדזן־פאבריק פון בלימעלע זריצקי און נאך אנדערע פאבריקן האבן געגעבן א בײשטײער צו דער ײדישער אינדוםטריע אין פוילן. קלעזמארים און טעאטער
כמיעלניקער מוזיקאנטן און קלעזמארים האבן צענדליקער יארן דערפרײט ײדישע געמיטער. םאנע און אברהמ׳לע קלע־ זמער מיט זײערע קאפעלעם, האבן געשפילט אויף ײדישע חתונות. בײם ארײגפירן םפרי־תורה (סײם הספר) אין דער שול, האבן זײ געשפילט מיט גרוים פאראד און דעמאנסטרא־ טױו אין די גאסן פון כמיעלניק. די דדחנים, צװישן זײ יאסל מארשאליק, זענען געװעזן א נשים צדקנױת