319 פנקם כמיעלניק 320 טײל פון דער מוזיקאלישער משפחה. אן זײ האט זיד קײן ײדישע חתונה אדער אנדערע שמחה נישט אנגעהויבן. אויך די קלײנע שטעטלעך ארום האבן זיך אן די במיעלניקער קלעזמארים און בדחנים נישט געקאנט באגײן. צװישן די פארשידענע קולטור־אנשטאלטן האט אויך נישט געפעלט ײדיש טעאטער און פארשױענע דראמאטישע קרײזן בײ פארטײען און ארגאניזאציעם. די רעזשיסערן איטשע נײמאן׳ מאקס רעיפיש און שפעטער אויך נטע װײנבערג, האבן פיל מי און ארבעט ארײנגעלײגט בײם אײנשטודירן פארשידענע טעאטער־שטיק. די גרעםטע אנםאמבלען און טעאטער טרופעס האבן אפט באזוכט כמיעלניק און געשפילט בײ א געפאקטן זאל פון ׳,סטראזש פאזשארנע״. זיגמונט און יאנאס טורקאװ, מאריס לאמפע און שושנה, דזשיגאן און שומאכער, זשאק לעװי, װאלפ־ שטאט, — די אלע פלעגן אפט אויפטרעטן אין כמיעלניק, וװ ם׳איז געװען גרויס פארשטענדעניש פאר טעאטער. די כמיעלניקער ײדן זענען תמיד געװען א פרײלעכער עולם מיט א םפעציפישן הומאר. דער רוב האט געהאט צונעמען, װאס זענען איבערגעגאנגען בירושה, און ליצנים פון פארשידענע צײטן האבן גאך צוגעגעבן צו זײ ״פאטשעװ־ קעם״.
אפילו אין די ערגסטע מאמענטן האט דאס שטעטל נישט פארלוירן דעם הומאר. זומער און װינטער האט די ױגנט געפינען אירע פארװײלונגען. זומער בײם באדן זיך אין די טײכן פון ? לײזערס מיל, שרהלע רובין און אין דארף בארװיץ, און בײ םפארט, און װינטער אויף ״ליזשװעם״ און שליטנם בײם טארטאק פון די בלאנקעס, אויפן פארפרוירענעם אײז און אויף די פארשנײטע בערג ארום. איך געדענק א טרויעריקע װינטער־גאכט, װען עס איז געשען א גרויסע קאטאסטראפע : א שליטן פול מיט ױגנטלעכע איז בארג אראפ פון בוסקער װעג בײם טארטאק. דער שליטן איז מיט א שטארקן אימפעט ארויף אויף א פויערישן װאגן. עם זענען געװען פיל פארװונדעטע, און אײנער איז אויך פון די װונדן געשטארבן. און זוען עס איז געקומען דער פרילינג און זומער האבן די כמיעלניקער ספארטלער פון ״גװיאזדא״־״שטערן״, שפעטער אויך ״מכבי״ געשפילט פוטבאל־מעטשן מיט קעלצער און אנדערע פוטבאליםטן. םפארט, האנטבאל בײם באדן זיך איז געװען זײער פאפולער אין שטעטל. מען פלעגט אויך פיל שפאצירן אויף די װעגן׳ ײנגלעך מיט מײדלעך, און זינגען ארץ־ישראלדיקע לידער.