Original scan
Original memorial-book scan 167
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-1045

325 לײבל פיעטריקאװסקי — אויף דער קעלצער ראגאטקע 326 פון גרויפן, בעבעלעד און פלײש צוזאמען. משה מידלאזש זאגט׳ אז אויף אזא פראסט דארף מען אונטערהײצן און פארװאם׳ פרעגט ער׳ א לאד אין טאפ רינט ארוים׳ און א לאך אין שטױול רינט ארײן. די באלעגאלעם אינדרויםן קוקן שוין אויס אױף פארשוינען אהײמצופארן. דער בעםטער פארשוין איז דאם ״משוגע פריצל׳/ זאגן די באלעגאלעס. דאס ״משוגע פריצל״ א זון פון א גוט־ באזיצער׳ ברענגט קײן קעלץ חזירים׳ תבואה. געװען אין נאכטקלובן׳ פארשפילט צו קעלצער ײדישע בחורים א מאטניע אין ביליארד. קומט צולויפן אין דער ״ראגאטקע״ האלב נאזויפן׳ געמט זיך אײנער אלײן א לאנדע׳ דינגט זיך נישט מיטן פרײז. א כשר פארדינסטל. פון דער שטאט קעלץ קומען שױן צוריק םוחרים. פרײלין זאלצמאן טראגט פאקעטן׳ זאכן צום אױסשטײער אויף איר חתונה. מען דארף אהײמפארן. ברוך ד/ נאך א טאג פונעם יאר׳ פון די יארן. כמיעלניקער בעלי־עגלות דערלאנגען קלעפ פוילישע פאגראמשטשיקעס ם׳איז א װינטער־טאג אינעם יאר 1922. ײדיש לעבן׳ האב און גוטס איז הפקר. מען אטעמם שװער און אפגעהאקט: די דארפישע שקצים װערן גערופן צו א מיליטערישער קא־ מיסיע׳ שלאגט מען ײדן און מען מאכט זיך פרײלעך.

passage_84686e3e16848cba232d0c5e
Passage 2normalized OCR · source chars 1047-2085

באנדעםװײז קומען זײ׳ די 21־יעריקע, פון די דערפער׳ װעלכע ליגן צװישן כמיעלניק און קעלץ. אנגעטאן אין שטױול. שװארצע ציגײנער־הויזן און רעקלעך׳ גראנאטענע היטלעך מיט שװארץ־לאקירטע דאשקעס. אין האנט א שטעקן — צו שלאגן׳ אונטערן ארעם א זאק — צו רויבן׳ דאם פרצוף אנגעפילט מיט רוצחישקײט. עס פאלט א נאםער שנײ אויף דער ערד. װאם פאר א געמיט׳ אזא װעטער. אויפן װעג טרעפן די שקצים אן אויף א שורה מיט כמעלניקער פורן׳ געלאדן מיט קאםטנס גענדז. גערשטן און כלערלײ פראדוקטן. די װעגענער װערן געפירט סון די ברידער מידלאזש׳ אברהמעלע פאניע און זײן זון זעליג׳ לײבעלע און װעלװעלע פרידמאן• פעלדזיק־הארט זענען די כמיעלניקער ײדן׳ באזעלט מיט אוראלטער העלדישער גבורה און נאציאנאלן שטאלץ. האבן צו קײנעם קײן טענות אז זײ שטאמען אפ פון יעקב אביני׳ זענען שטאלץ װאס זײ זענען יידן. רופט זיך אפ אײנער פון די שקצים: ״שפעטערצו װעט פון די צעריםענע ײדישע קישנס און בעטגעװאנד פאלן א בעסערער שנײ׳/ א געלעכטער׳ א געהירזשערײ. ״צו שלאגן א ײדן - רופט זיך אפ א צװײטער — איז גלאט אזוי גוט׳ דער זשיד אנטלויפט׳ ״איי׳ אײ״. װידער א געהירזשערײ. מיט גרוים מוט און גרינגשעצונג׳ אומדערשראקן קוקן די

passage_bad27e17ec043e0063402f46
Passage 3normalized OCR · source chars 2087-3268

בעלי־עגלות אויף די ערלים. אין כמיעלניק רעםפעקטירט דעד גוי דעם ײדן. עם האט געטראפן׳ אין שטעטל האט אן ערל זיך קעגגגעשטעלט און נישט געלאזט דורכפירן דעם עירוב לעבן זײן הײזל׳ האט מען עס אונטערגעצונדן. משה (נאטעס) מידלאזש גלײכט אויס זײן הויכער׳ שטאלט־ נער פיגור׳ מעםט אפ די חברותא׳ זײן פנים װערט ערנםט׳ דריקט אוים אחרױת׳ די אויגן מיניען פון בלוי אויף גרין און װידער בלוי׳ ער באװעגט זיך אנטשלאםן... ¥ אינעם גרויסן שטאקיקן הויז אויפן קעלצער מארק׳ וװ די קאמיסיע קומט פאר האט מען זיך שנעל אפגעפארטיקט מיט די אויסגעפרעסענע ברואים. די שקצים האבן נישט פארגעסן׳ אז הײנט קען מען שלאגן ײדן און פײפן אויפן געזעץ. נעמען זײ זיך צענויף צוזאמען׳ גיסן אין האלז ארײן בראנפן אויף קוראזש און װי צערײצטע הינט גיבן זײ זיך א לאז אויפן מארק. די רויבער קערן איבער געשטעלן מיט געבעקם אץ אויבסט. א זקנה װאס אײלט מיט א טעפל ױיך צו א פאר־ שלאפטן׳ װערט געװארפן אויף דער ערד און געטראטן מיט די פיס. ״יידישע קינדער — בעט זיך די אלטיטשקע — הויבט מיך אויף׳ איך גײ אויס״. א ײד לויפט צו׳ װיל זי אויפהױבן׳ זײן קאפ יװערט אים צעשפאלטן פון א שטעקן. די שלעגער לאזן זיך איבער די געשעפטן׳ ברעכן שויבן׳ שטאפן אן די זעק מיט לײװנט און שניט־םחורה׳ שטיװל׳ זײגערלעך און שיך. װער עם פאלט אין זײערע הענט ארײן׳ װערט געשלאגן ביז בלוט.

passage_1bdbcb314731b3cffcbcfe9b
Passage 4normalized OCR · source chars 3270-4193

די פאליצײ־לײט איז נישט צו געפונען׳ זײ האבן זיך פאר־ שטעקט אין די זײטיקע געםלעך... א לװיה פארט דורך דעם מארק־פלאץ׳ די מלוים װערן צעהרגעט. דער בר־מנן אין תכריכים פאלט אויף דער ערד... פײנלעכע קולות דערטראין זיך צו דער קעלצער־כמיעלני־ קער ראגאטקע. די כמיעלניקער בעלי־עגלות ברויזן מיט צארן׳ רעדן צו קײנעם קײן װארט׳ מיט א שװער געמיט לאדענען זײ די װעגענער. יקותיאל אבא פרידמאן׳ דער נײנצן־יעריקער בעל־עגלה קומט אן פון כמעלניק מיט א לאנדע מחותנים ; די כמעלניקער דיאמאנטם מיט די קעלצער גארפינקלס זענען זיך משדך. דער ײנגער בעל־עגלה קרײזט ארום דעם מארק׳ לאזט אראפ די מחותנים אויף א םטאנציע אין א זײטיקער גאם. יקותיאל אבא איז קוים נײנצן אבער ױנג און קרעפטיק. פארט שוין מיט א לאנדע׳ צװײ פערד װי די לײבן. ער פארט איצט אין מארק ארײן׳ א פײנלעך געפיל באהערשט אים. אזא יאמערײ האט ער נאך נישט געהערט. דאס מוז אװדאי װײנען ירמיהו הנביא מיט די צעשלאגענע ײדן. אין חדר האט ער אמאל געלערנט׳ אז דער נביא װײנט׳ הויבן זיך אויף די מתים אין די קברים.

passage_72b7989ab25e2fa77547fa9f