327 פ נ ק ס כמיעלניק 328 נײן׳ אזוי קען דאך נישט זײן. אין כמיעלגיק האט דאך א גוי מורא פאר א ײדן. יקותיאל אבא פילט א מיטלײר צו די צעהרגעטע קעלצער ברידער. ער גיט א נעם די לײצעם אין דער לינקער האנט, די פערד שטרעקן אויס די קעפ גרײט צום באפעל. מיט דער בײטש אין דער רעכטער האנט, הויבט ער אן יאגן און שלאגן די מערדער. די באזױפענע באשעפענישן גיבן זיך א װאקל אויף די פים, גלויבן נישט אז א ײד זאל קענען צוריקשלאגן. די קעלצער קצבים׳ בעלי־מלאכות׳ םטודענטן און אנדערע ײדן װערן מונטערער. מען הויבט אן טרײבן די רויבער, זועלכע לויפן איצט אין דער ריכטונג פון זײערע דערפער. די שלעגערס קומען אן אויף דער ״ראגאטקע״. דער ער־ שטער באמערקט זײ משה (נאטעס) מידלאזש, זײנע אויגן הויבן אן צו מיניען, פאלן ארײן אין פארשידענע פארבן. די בעלי־עגלות רעדן נישט, זײ טראכטן בציבור. די פאגראמ־ טשיקעם כאפן זיך נישט, אז זײ פאלן ארײן אין א פאסטקע. פון אײן זײט גאם — הײזער, פון דער אנדערער זײט — א הויכער געמויערטער פארקאן• אין א שורד״ די ברײט פון דער גאם, שטעלן זיך אויס די כמעלניקער בעלי־עגלות, זײ פארשטעלן דעם װעג די שלעגערס. קײן אײנער פון די רויבערם איז נישט ארוים א גאנצער. װי די פליגן זענען זײ געפאלן פון משה נאטעם בלויזע הענט. די אנדערע בעלי־ עגלות האבן מיט די בײטשן אגגעבראכן די בײנער די מערדער.
Original scan
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-1169
passage_e8581cf2a668d99e2e94e464
Passage 2normalized OCR · source chars 1171-1564
װי צעשלאגענע הינט האבן זײ אװעקגעהינקט צו זײערע דערפער, לאזנדיק הינטער זיך די זעק מיט די אנגערויבטע סחורות. די זון האט אפגעשטופט די װאלקנס, א בלויער שטיק הימל האט זיך באװיזן, די לופט איז געװארן פראםטיק, מען האט געעפנט טיר און לאדן און אפגעאטעמט פרײער. דעם געשענדעטן און מיט די פיס־צעטראטענעם כבוד פון די קעלצער ײדן, האבן די כמיעלניקער בעלי־עגלות גערא־ טעװעט. וי משפחה פון משה־העינאך קראװטשיק
passage_c88babe4595f584f9819b064