Original scan
Original memorial-book scan 169
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-1163

מאטל גאלדליםט / האנדל און פאבריק&ציע (תל־אביכ) כמיעלגיק איז געװען א שטאט׳ װאס איז רײד געװען מיט האנדל און פאבריקאציע. מיט איר פראדוקציע האט זי אנגע־ שפארט צו די גרויםע אפזאץ־מערפ אין די גרעסטע שטעט אין לאנד און אפילו קײן אויםלאנד. כמיעלניקער ײדן האבן געשמט אלם ארנטלענע און פעאיקע סוחרים. אלע באשטעלונ־ גען און התהײבותן האבן זײ אויסגעפירט פינקטלעך און מיט פאך־קענטעניש• די ״פאשארניעם״ הונדערטער משפחות האבן זיך מפרנם געװען מיט כבוד בײם פיטערן גענדז. דאס איז געװען א גרויסער פרנסה־ צװײג און ארום דעם האבן זיך געשאפן א רײ נעבן־פרנסות. הונדערטער משפחות דאבן געלעבט פון די ״פאשארניעס׳/ צװישן זײ הענדלערם מיט פעדערן׳ אײגנטימער פון לאםט־ אויטאם׳ װאס האבן צעפירט די םחורה איבער די מערק׳ לאסטן־קלאפערס׳ טרעגערס מיט פערד און װאגן; שוחטיס׳ פליקערם און אנדערע ארבעטער. די געפאשעטע גענדז פלעגן צעשיקט װערן מיט טראנס־ פארטן קײן װארשע׳ לאדזש׳ קאטאװיץ׳ סאםגאװיצע׳ בענדין און אנדערע שטעט — צו צענדליקער טויזנטער שטיק יעדע װאך׳ און אויף די קריסטלעכע חגאות נאך פיל מער. די ציפער צענערטויזנטער איז נישט קײן גוזמא. דאם האב איך אמאל אלײן פעסטגעשטעלט לויט די פעדערן׳ װאס סוחרים פלעגן אפקויפן בײ די גענדזלערס יעדע װאך און אויך לויט די צאל לאסט־אויטאס׳ װאס פלעגן זײן באשעפטיקט יעדע

passage_5119c203c59cbc2354ac6a40
Passage 2normalized OCR · source chars 1165-2101

די משפחה פון סײגל מאלי א גנטימער פון גרויסע ״פאשארניעס״ װאך בײם אריבערפירן די סחורה אין די גרויםע שטעט ארײן. די פרנסה פון די גענדזלערס איז נישט געװען קײן לײכטע• אין סעזאן פלעגן די מענטשן זײן פאריאגט און פארהארע־ װעט טאג און נאכט. שוין פארטאג האט מען געמוזט אויפשטײן און פארן אויף יארידן׳ כדי פון דארט צו ברענגען פרישע טראנספארטן גענדז אויםצופילן די שטײגן׳ װעלכע זענען א טאג פריער אויסגעלײדיקט געװארן פון די שוין אויסגעפא־ שעטע גענדז. געדונגענע באלעגאלעם׳ צומאל אויך לאםט־ אויטאמאבילן׳ האבן שוין פארטאג געװארט אויף די אײגנ־ טימערם פון די ״פאשארניעס״, כדי זיך ארויםצולאזן אין װעג ארײן. טײל פלעגן שיקן זײערע קינדער אדער ספעציעלע אגענטן צו מאכן די אײנקויפונגען. די אויסגעפאשעטע גענדז פלעגן נאכן שעכטן אפגעפליקט װערן דורך ספעציעלע ארבעטער׳ דערנאך זענען זײ געפאקט געװארן אין קאםטנס דורך מומחים. דאס פלעגט דויערן בערך א גאנצן טאג. ביז א שטיק אין דער נאכט ארײן פלעגן קומען די פורמאנעס אפפירן די פאדפאלטע קאםטנס צו די גרויםע לאסט־אויטאמאבילן.

passage_a2951f2bdb88adb13ab29f2d
Passage 3normalized OCR · source chars 2103-2936

די באלעבאטיפ פון די ״פאשארניעם״ זענען שטענדיק געװען פארפארעט. זײ האבן געמתט זארגן׳ אז אין די ״פאשארניעס״ זאלן נישט אויםברעכן קײן מגיפות. זײ פלעגן ארומגײז איז די שטײגן און אז א גאנדז האט געמאכט א ״קרומע מינע״ — האט מען זי גלײך איזאלירט. אויך האבן זײ געמוזט זארגן פארן געהעריקן זאפאם פון שפײז׳ װאם פלעגט געליפערט װערן דורך די תבואה־םוחרים אין שטאט. אין די ״פאשארניעס״ פלעגן אויך זײן באשעפטיקט די חלוצים׳ װעלכע האבן דורכגעמאכט זײער הנשרה אין כמיעל־ גיק׳ ערב דער עליה קײן ארץ־ישראל. די גרעםטע גענדז־פאשערס אין כמיעלניק זענען געװען: נתן לעװינשטײן׳ יאסל גוזע׳ פײגל מאלי. אויך זײערע קינדער׳ װעלכע זענען שפעטער געװארן זעלבשטענדיק׳ האבן פארמאגט גרויםע ארומגעצוימטע שטחים מיט שטײגן פון טויזנטער גענדז. א חשובן פלאץ אין דער בראנזשע האבן פארנומען די ברידער מאלי — מאיר׳ חײם׳ ידידיה און אשר. אין שטעטל האט מען זײ אויך גערופן די ״קרוינערס״, וױיל

passage_71f912b64256d9ae962d58c2