Original scan
Original memorial-book scan 170
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-160

331 פ נ ק ס כמיעלביק 332 זײער עלטער־־זײדע האט געהאט א דארפיש גוט מיטן נאמען *קרוינע״• אין די לעצטע יארן האט יעדער פון די ברידער פארמאגט אן אײגענער ״פאשארניע״

passage_eeedd5b3976c8e1ae5dccdfe
Passage 2normalized OCR · source chars 162-1580

די ברידער מאלע האבן עוםק־געװען אין דער בראנזשע נאך פארן אנהײב פון ערשטן װעלט־קריג• אין אײנעם א טאג. אין 1914, איז קײן כמיעלניק אראפגעקומען א גרויסער דײטשער סוחר, װאלענטי האט מען אים גערופן׳ װעלכער האט פון א יאר־בוך פאר שפײז־האנדל אױסגעפונען׳ אז כמעלניק איז א מקור פון גענדז. דער דאזיקער דײטש האט עפ צום ערשטן מאל געשלאסן אן אפמאך מיט די ברידער מאלי צו ליפערן פאר אים הונדערטער טױזנטער גענדז יעדע װאך. דער םוחר האט זיך באלד איבערצײגט, אז ער האט צו טאן מיט אנשטענדיקע לײט, ז;אט ער דעם אפמאך אויסגעברײטערט אויף שעפםן. די ברידער מאלי האבן אזוי ארום אלץ מער אויסגעברײטערט זײער אונטערנעמונג און אויך צוגענומען פיל שותפים, װי, למשל, חײם איטשעס, גאלדליסט, און ברוך (בוטשקע דבורהס) גאלדליסט (נישט מײן פאטער װעלכער האט אויך געהײםן ברוך, אין שטאט זענען געװען פיל ײדן מיט די זעלביקע נעמען, פלעגט מען זײ דעריבער רופן אויף די נעמען פון די עלטערן אדער מיט צונעמען. מײן פאטער איז אין שטאט באקאנט געװען אלס ״שװארצער ברוך״). נאך א קורצער צײט זענען די קרוינערם מיט זײערע שותפים געװארן גאנץ רײך. זײ האבן געקויפט די שענסטע הײזער אין שטאט און געװוינט װי גבירים. שפעטער האבן זײ אויך אפגעקויפט הײזער אין אנדערע שטעט װי אויך א גוט (דארף) מיטן נאמען ״זשידאװ״. נאך דער מלהמד״ װען די געשעפטן האבן זיך אפגעשטעלט און ס׳איז געװען א גרויסע אינפלאציע, אױ געװארן אוים שותפות און אויך דאם גוט האבן זײ פארקויפט. יעדער באזונדער האט זיך דאן געמאכט אן אײגן געשעפט — זײ האבן אבער שוין מער נישט פארנומען אזא פאזיציע אין דער בראנזשע װי בעת דעם ערשטן װעלט־קריג.

passage_f79a586e00ad772832d8ed69
Passage 3normalized OCR · source chars 1582-2556

צו די גרעםערע ״פאשארניעם״־אײגנטימער האבן אויך געהערט : קלמן דעם געלן משה׳ם אײדעם, שלמה יאםל גלײט׳ יאםל קוטשער, שמואל קוטשער, זעליק קוטשער — אלע פון דער משפחה לעװינשטײן. שײקע קלײנמאן, ױאל אונגער, זרח װיגאדנע, חײם מילער, באשע קויפמאן. געװען אין שטאט אויך א םך קלײגע ״פאשארניעס״, װאס פלעגן פארקויפן זײער פראדוקציע אין שטאט גופא. דאס פאך פלעגט איבערגײן בירושה פון עלטערן צו קינדער. אויך אײדעמם װאם פלעגן קומען פון דער פרעמד און קײן אנונג נישט געהאט װעגן פאך, זענען ארײנגעצויגן געװארן אין דער פרנסה. אין שטעטל פלעגט מען זיך נאכדערצײלן פיל מעשױת װעגן אײדעמס, װאם פלעגן קומען אין שטעטל און די ערשטע צײט אפילו מורא האבן ארײנצוגײן צו די גענדז אין שטײג. די כמיעלניקער טעכטער זענען אבער געװען גרויסע ״בעריעם״ און ביםלעכװײז ארײנגעפירט די מענער אין דעם פאך. יאסל גוזע מיט זײן משפחה דער האנדל מיט פעדערן אייך דער האנדל מיט פעדערן פלעגט איבערגײן פון עלטערן צו קינדער. מיט דעם האנדל בין איך םפעציעל באקאנט, װײל אויך מײן פאטער ע״ה און אלע זײנע קינדער, האבן זיך דערמיט באשעפטיקט אלע יארן•

passage_0a0c0fb42d2f52702fa6ecfe
Passage 4normalized OCR · source chars 2558-2833

איך געדענק נאך אלס קינד פון 4 אדער 5 יאר, פארן ערשטן װעלט־קריג, װי מײן פאטער פלעגט מיט זײן שותף אלטער קוקיעלקע עקםפארטירן יעדע װאך טויזנטער קילא פעדערן. מײן פאטער פלעגט פון צײט צו צײט אויך ארויספארן קײן אויסלאנד מיט מוסטערן פון פארשידענע םארטן פוך, געשלי־ םענע פעדערן וכדומה•

passage_bc8f305d335e3ac48d65ae9d
Passage 5normalized OCR · source chars 2835-3863

איך געדענק, אז װען דער פאטער פלעגט צוריקקומען פון אױסלאנד, בין איך מיט מײנע עלטערע ברידער ארויס אנט־ קעגן צום קעלצער װעג בײם קאלכאוױון. דארט פלעגט דער פאטער אונדז אויפנעמען אויף דער לאנדע און צופארן ביז אונדזער הויז. װי הײשעריקן פלעגן מיר באפאלן דעם געפעק, אין װעלכן ס׳האבן זיך געפונען מתנות פאר די קינדער. אויף םיכות פלעגט דער טאטע מיטברענגען אהײם אויך אתרוגים — אײנעם פאר דער שטוב און עטלעכע פאר די באזונדערע הסידים־שטיבלעך. אין דעם געפעק האט דער פאטער געהאט א לעדערן רענצל, װאס ער פלעגט נישט ארויסלאזן פון דער האנט. ערשט ארײנקומענדיק אין שטוב האט ער עס אויפגעשלאסן און ארויםגענומען פון דארט פעקלעך באנקנאטן און זײ איבערגעגעבן דער מוטער כדי באהאלטן אין שופלאד פון קרעדענץ. דארט פלעגן ליגן באנקנאטן און מטבעות פון פארשידענע װאליוטעס, קראנען׳ רײגישן, דײטשע מארקן, — אלץ פון לענדער, צו װעלכע דער טאטע פלעגט פארקויפן םחורה. איבערגעגעבן דער מאמען דאס פעקל, האט ער גענומען טײלן פאר אונדז קינדער צוקערלעך און קארמעא. מיט א באזונדער פײערלעכקײט פלעגט ער ארויסנעמען דרײ רויטע פאמעראנצן און זײ צעשנײדן — יעדעם קינד האט באקומען א פערטעלע•

passage_cf43fb471d014db7ebff1320
Passage 6normalized OCR · source chars 3865-4022

אויסער מײן פאטער מיט זײן שותף זענען נאך געװען פיל פעדערן־סוחרים, װי, למשל, ברוך דזשורע, אביגדור דזשורע. אברהם זשיטעלני, אריה קוקיעלקע. די דאזיקע םוחרים פלעגן

passage_8861c7555d4171ba8021f36a