335 פנקס במיעלניק 336 עקספארטערן. מיטן אומקום פון פוילישן יידנטום איז כמעט אינגאנצן פארשװונדן געװארן דער גרויסער פעדערן־עקספארט פון פוילן. געװען אויד פיל סותרים װאם פלעגן ליפערן גרויסע צאלן אײער פאר אנדערע שטעט. דאס זענען געװען : חײם מיאדאװ־ ניק, פײװל מיאדאװניק, דוד גאנצארסקי׳ לײבל קװאשניעװסקי״ בערל קװאשניעיװסקי׳ אהרן שלמה פרידענזאן אאנ״ד• זײ אלע פלעגן אויך זיך פארנעמען מיט ליפערן פוטער און קעז. די הויפט־פרנסה האבן זײ אבער געשעפט פון אײער — זײ זענען געװען גרויסע מומחים אויף מאגאזינירן און קאלעכן אײער׳ װאס זענען שפעטער געליפערט געװארן צו די סוחרים אין די גרעסערע שטעט. זײף, ליכט, לעדער׳ ביר כמיעלניק האט אויך געהאט א גאנצע רײ ײדישע פאבריקן, װאם האבן מיט זײער פראדוקציע געשמט װײט אויסער דער שטאט. קודם־כל די זײף־פאבריק פון אידל לעװקאװיטש. די פאבריק האט פראדוצירט פײנע זײפן װעלכע האבן געהאט א שם. לעװקאװיטש פלעגט די סחורה צעשיקן אויף באשטעלונגען פיל סוחרים אין גרויסע און קלענערע שטעט. שפעטער האט ער אויפגעבויט די בארימטע ליכט־פאבריק אין ישראל. אידל לעװקאװיטש איז געװען א פרומער ײד, א כענטשינער חסיד.
א צװײטע, פיל קלענערע זײף־פאבריק איז געװען פון דער משפחה בריקמאן — רײזעלע יאסל נחומס קינדער, האט מען זײ גערופן. זײערע זײפן פלעגן בעיקר פארקויפט װערן אין די פראװיגץ־שטעט. אויך די ליכט־און זײף־פאבריק פון משה פאסטערנאק האט געהאט א שם. די פאבריק האט פארנומען א גרויםן שטח און פארמאגט מאדערנע מאשינען. די פארשײ־ דענע מיגים, — גרויםע, קלײנע׳ פארביקע, געפלאכטענע ליכט — פלעגן צעשיקט װערן איבער פארשײדענע שטעט און שטעטלעך. געװען צײטן, װען די פאבריק האט געארבעט בײטאג און בײנאכט. די פאבריק האט באשעפטיקט פיל אר־ בעטער װי אויך פרויען, װאם פלעגן בעיקר ארבעטן בײס פאקן די ליכט. משה פאםטערנאק האט געהערט צו די שענסטע בכבודיקסטע ײדן אין שטאט, א גערער חסיד, װאס פלעגט געבן צדקה ביד רחבה. דער רוח החײם אין דעד פאבריק איז געװען זײן װײב, שרהלע חנה־סימעס, א יםת־ תואר מיט א באזונדערן ײדישן חן. אין זעלביקן לאנגען הויף פון דער ליכט־פאבריק, װאס איז פון בײדע זײטן געװען באבויט מיט מאגאזינען, האט זיך אויך געפונען א קלײנע גילזן־פאבריק׳ װאס האט געהערט צו א פײנער בכבודיקער אלמנה, בלימעלע זריצקי. בײ דער ארבעט זענען געװען באשעפטיקט פרויען און מײדלעך.
צענדליקער גארבערײען — גרעםערע און קלענערע — האבן זיך געפונען אין און ארום דער שטאט, אין װעלכע ס׳איז אויםגעארבעט געװארן לעדער מכל המינים. צװישן די גרע־ כערע פאבריקאנטן זענען געװען: חײם קנאבל, הענעך מאיר דאלוס אין דער גארבערײ בײם גארבן פעל. העלבערג, דודל זאלצמאן, יחיאל יהושע װערדיקער. געװען אויך אזעלכע גארבער, װאס האבן אלײן געארבעט און נישט באשעפטיקט קײן פרעמדע ארבעטס־הענט, װי װאלף טשעט־ שערםקי, חײם מילער, די ברידער װעלכע מ׳האט גערופן ״די יאפאנטשיקעס״, משה דאלוס. כמיעלניקער גארבער פלעגן זײן באקאנט אין דער גאנצער ארומיקער סביבה. די פארטיקע לעדער פלעגט צעשיקט װערן אין פיל שטעט אין פוילן• א רײ פאבריקאנטן האבן זיך ספעציאליזירט בײם אויסארבעמן ספעציעלע מינים פײנע לעדער. הינטער דער שטאט׳ הארט נעבן בליענדיקע פעלדער איז געשטאנען אן אײנזאם הויז מיט א גרויםן הויף, ארומגע־ מויערט מיט הויכע װענט און א ברײטן טויער דורך װעלכן מ׳האט זיך ארײנבאקומען אינעװײניק. דאם איז געװען די ביר־ברויערײ, װאם האט געהערט צו ר׳ איטשע מאיר דאמב. זײן ביר האט געשמט אין דער גאנצער געגנט.
איטשע מאיר דאמב האט געהערט צו די שענםטע באלעבא־ טים. ער האט געפירט א שטוב אויף א חםידיש־נגידישן אופן. יעדן שבת פלעגט ער מיט .אלע קינדער קומען דאװענען אין אלעקםאנדער שטיבל. זײן הדרת־פנימדיקער אויםזען מיט די באגילדעטע בינאקלען, האט דערװעקט רעספעקט אויך בײ די גױים פון שטעטל און אומגעגנט. סטאלערײ און שלאםערײ־װארשטאטן געװען סטאלערײ־װארשטאטן װאס פלעגן אויםארבעטן מע־ בל, טירן, פענצטער פאר דעם געברויך פון דער שטאטישער באפעלקערונג און אויך א ביליקערער םארט טאנדײט־ארבעט