Original scan
Original memorial-book scan 173
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-1019

337 מאטל גאלוליסט — האנדל און פאבריקאציע 338 פאר דער ארומיקער דארפישער םביבד״ װאם איז מערםטנטײל פארקויפט געװארן אין די טעג פון יאריד צו גוײם. חוצדעם זענען אויך געװען מעגגעם װארשטאטן׳ װאם פלעגן פאברי־ צירן דעמבענע שענק און בעטן׳ װעלכע פלעגן דורר סוחרים אפגעקויפט און אפגעשיקט װערן צו די מעבל־געשעפטן אין די גרעסערע שטעט. הויפטזעכלעך פלעגן די שענק און בעטן אפגעקויפט װערן דורך זאגלעמביער מעבל־געשעפטן, װעלכע פלעגן אויך זעלבסט פון צײט צו צײט קומען און מאכן גרע־ סערע באשטעלונגען. בעלי־מלאנות, װארשטאטן־אײגנטימער פלעגן ארבעטן 16 שעה אין מעת לעת, יעדער װארשטאט פלעגט באשעפטיקן 2—3 געזעלן• די ארבעטער זענען מערס־ טנס געװען פון חםידישע םוחרישע הײמען׳ צױניםטישע יוגנט׳ װאס האבן געלערנט פאכן עולה צו זײן קײן ארץ־ישראל, הגם די אלע םטאלאר־מײסטערלעך האבן געהאט פון זײ גרויסע צרות, װײל די אלע ארבעטער האבן זיך ארגאניזירט, געשאפן א פראפעסיאנעלן פארײן און געמאכט שטרײקן, נישט װעלנדיק ארבעטן 16 שעה אין מעת־לעת. די מײםטערס האבן געמוזט נאכגעבן זײערע פאדערונגען, בכדי צו קענען ליפערן זײערע באשטעלונגען און נישט לײדן אין זײערע פרנסות.

passage_a56538a010e666a2324c2d37
Passage 2normalized OCR · source chars 1021-1957

צװישן די פיל פארשידענע בעלי־מלאכות, װאם זענען געװען פאפולער אלס גוטע פאכמענער זענען געװען די שלאםער־ װארשטאטן פון די צװײ ברידער : פםח און חײם קלײנהעגדלער. װי אויםשטודירטע אינזשיניערן האבן זײ פארשטאנען צו בויען פארשידענע מאשינען, װעלכע זענען נויטיק געװען צו פארשידענע פאבריקאציעס. װען ביי פאבריקאנטן פון גרויסע שטעט פלעגן מאשינען קאליע־װערן, האבן זײ אפגע־ זוכט די בארימטע גוטע בעלי־מלאכות פון כמיעלניק, די ברידער קלײנהענדלער, און די מאשינען זענען דורך זײ פא־ ראכטן געװארן. זײער פאכמענישער גוטער נאמען האט געשמט אומעטום. יעדער פון די צװײ ברידער איז אויך געבענטשט געװארן מיט לײטישע זין, װאם האבן געירשנט זײערע פא־ טערס פאכמענערישע פעאיקײטן. אײנער פלעגט איבערשטײגן דעם צװײטן. א דאנק זײער גרויסער פאכמענערישקײט זענען די משפחה פון הײם קלײנהענדלער (אויסער זײערע זין לייבוש און קלמן) ניצול געדוארן פון גרויםן היטלער־הורבן. חײם קלײנהענדלער האט זוכה געװען צו שטארבן אין ישראל. זײנע זין אברהם און מאשקע זענען וױיטער ממשיך אין זײערע געירשנטע פאכן.

passage_da49926b2b0e69cdbec31e92
Passage 3normalized OCR · source chars 1959-2748

ס׳זענען אויך געװען הונדערטער בעלי מלאבות, שוםטערס• שנײדערס, היטל־מאכערם און נאך אנדערע פאכן• געארבעט האבן זײ בײ נאכט־לאמפן ביז 16, 18 שעה אין מעת־עת. געהאט ביז א טיץ קינדערלעך, פלעגן זײ קוים אויםקומען מיט זײערע פרנסות. אנדערש איז געװען די לאגע פון די שוסטערם און שנײדערס, װעלכע פלעגן באשעפטיקן צװײ אדער דרײ ארבעטער און געשאפן א גרויסע פראדוקציע צום פארקויפן אויף יארידן אויך מחוץ כמיעלניק. געװען אויך אזעלכע װאם האבן געקענט פיל מלאכות: מייערן, שוסטערײ, קאלכן און אפילו באקן מצות אויף פסח. דער דלות האט אבער געפײפט בײ זײ אין יעדן װינקל, וײ ס׳זאגט זיך : ״פיל מלאכות און װײניק ברכות״. בעלי־מלאבה זיצן פון רעכטס צו לינקס : יאסקאװיטש מרדכי, םקורעצקי הארצקע, פרידמאן מאיר־יצחק, גארליצקי מענדל. שטײען פון רעכטס צו לינקס : פאסטערנאק לײבל, יקותיאל־אבע װײצמאן, סקורעצקי ריארשל, קארנכלום משה־אבא.

passage_2f753b93605a2921591d1045