Original scan
Original memorial-book scan 175
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-922

341 מאטל גאלדליסט — מלמדים ארן חדרים 342 אנגעװיזן מיט דער האנט אויף דער אונטערגײענדיקער זון — דארט ברענט מען איצט די נשמות װאס האבן געזינדיקט אויף דער װעלט. נעמט אײך דעריבער א מוםר־השבל, זינדיקט נישט. װארפט גישט קײן שטײנער. יאגט זיך נישט נאך פײגל׳ דראפעט זיך נישט אויף קײן בײמער און ברעכט נישט קײן צװײגן׳ װײל אויף יעדן בוים רוען הײליקע נשמות׳ װאס זוכן א תקון צו קענען זײן אין גן־עדן אויף יענער װעלט. א טײל פון די חומש־און רש״י־מלמדים האבן אויך געלערנט די קינדער שרײבן. די בעםטע אויף דעם געביט זענען געװען זקן מלמד (מאראװיץ) און יהושועלע דער עין־הרע־אפשפרע־ נער. גמרא־און תוםפת־מלמדים זענען אין שטאט געװען װײני־ קער, מחמת דעם װאם ארעמע ײדן האבן שוין נישט געהאט קײן מעגלעכקײט צו צאלן שכר־לימוד און אפטמאל האבן זײ זיך אויך גענויטיקט אין די אונטערװאקסנדיקע ײנגלעך ז־י זאלן העלפן אין דער פרנסה. צװישן אט־די מלמדים זענען געװען־ דער אלטער יקיר׳ מאירל פיערשניצער, דוד שמריהם׳ משה מאכל, שמעון יקירם׳ דיד קראדניק און יצחק שײע.

passage_bcf9c4fa13e7dc041a51d5d0
Passage 2normalized OCR · source chars 924-2032

דער אלטער יקיר איז געװען א ײד אין די זיבעציקער׳ א הויכער מיט א גרײז־גרויער בארד. א מאדזשיצער חםיד — אבער ער האט זיך מער אפגעגעבן מיט לערנען װי מיט נגינה. א גרויסער בן־תורה געװען און איז געשעצט געװארן בײ אלע למדנים. אז דער מאדזשיצער רבי פלעגט קומען צוגאסט קײן כמיעלניק, האט ער שטארק מקרב געװען ר׳ יקירן און אים געזעצט בײם טיש. ער האט אויפגעשטעלט אין שטעטל א סך למדנים. מער װי אלע מלמדים געדענק איך מײן ״רבין״ — משה מאכל. אן ארעמער ײד געװען׳ א מםתפק במיעוט אבער עוסק געװען ױמם ולילה אין תורה. א גאנץ יאר פלעגט ער שפארן א גראשן צו א גראשן כדי צו פארן אויף די ױם־טובים צום גערער רבין. אויך אין גערער הויף האט ער געשמט אלס למת מופלג. ער איז געװען א שטארק אפגעהיטענער ײד, און דאם האט ער אויך פארלאנגט פון אנדערע. בײם דאװענען פלעגט ער האבן השגחה אויף דעם עולם, צי מ׳לײגט ריכטיק די תפילין, צי מ׳פארנײגט זיך בײ ״מודים אנחנו״ און צי מ׳שפײט אויס בײ ״עלינו״. ער איז געװען א גרויסער קנאי און האט שטארק געװײטיקט, װען נײע װינטן האבן אנגעהויבן בלאזן אין שטעטל, און די צאל ״קאליע־געװארענע״ בחורימ איז געשטיגן פון טאג צו טאג. משה מאכל איז אויך געװען משגיח אין דער ישיבד״ וװ ס׳פלעגן זיצן בחורים און לערנען גמרא מיט תוספת. בעת

passage_e072587a9151a3dfcfb2583c
Passage 3normalized OCR · source chars 2034-2842

אנדערע מלמדים פלעגן שלאגן שלעבטע תלמידים, פלעגט ער דװקא שלאגן גוטע תלמידים, און דאס מהמת צופרידנקײט און התפעלות װאס זײ כאפן גוט דעם ״ענין״. לערנענדיק מלעגט ער פארגלײצן די אויגן אץ מיטן גראבן פינגער כםדר שטויסן אין די אקםלען. נישט אײן מאל האט מיר די פלײצע גוט װײ־געטאן נאך א שיעור פון מײן רבין, װעלכן איך קאן נישט פארגעםן. א ײד מיט א פײנעם הדרת־פנים איז אויך געװען דער זוז פון אלטן יקיר — שמעון (אלע בני יקיר זענען געװען מלמ־ דים). ער האט געירשנט זײן פאטערם למדנישן מוח. זײן פאטער פלעגט דערצײלן, אז שוין אלס קלײן ײנגל האט שמעון זיך אדויסגעװיזן פאר אן עילוי. ער איז געװען א גרויסער בעל־מסביר און די בחורים האבן שטארק הנאה־געהאט פון זײן לערנען. אויך ער איז געװען א מאדזשיצער חםיד און פארמאגט א װונדערלעך זים קול, געװען אן אויסגעצײכנטער בעל־תפילה — געדאטן אין זײן ברודער משה, װעלכער איז געװען חזן אין בית־המדרש.

passage_8c3b7c955cf78ebe83076cff
Passage 4normalized OCR · source chars 2844-4031

מער װי אלע מלמדים האט ר׳ מאירל פאטשינעװער ליב געהאט צו לערנען מיט זײנע תלמידים תנ״ך. ער איז געװען א גרויםער תלמיד חכם, א בעל־חשבון, אבער נעבעך קײן מזל נישט געהאט און געדוען א נאך גרעםערער אבױן װי אנדערע מלמדים, הגם זײן װײב האט אים צוגעהאלפן אין דער פרנסה ביים צעטראגן נאפט צו שכנים. ביי די תלמידים פלעגט נישט אײן מאל דאם הארץ פארקלעמען פאר רחמנות, װען יעדן דאנערשטיק פלעגט זײן װײב אים מאטערן ער זאל איר געבן א פאר גראשן, כדי צו מאכן שבת. ער האט תמיד געלעבט אין נויט און דחקות און זיך נישט געקענט דערלויבן צו קויפן אן עוף אפילו צום כפרות־שלאגן, נאר זיך באגנוגנט מיט פישלעך, — א זאך, װאם האט אין שטעטל געהײםן דער רעקארד פון ארעמקײט. מער מזל פון אלע מלמדים האט געהאט דוד קראדנ־ק (גליקסמאן), װײל ער האט געהאט א װײב א בריד״ װאם האט פארמאגט אן אײגענעם מאנגל. חוהלע, אזוי האט געהײםן זײן װײב, פלעגט לויפן צו די פארמעגלעכע באלעבאסטעם און בײ זײ גענומען װעש צום מאנגלען. זי האט אויך געשמט אלם גרויסע צדיקת, אלײן גוט געקענט חומש מיט רש״י• און אחרון אחרון, דער באליבםטער און גרעםטער למדן, אין שטעטל — ר׳ יצחק שײע. ער האט טאקע געלערנט מיט די עלטסטע בחורים, װויללערנערס, ער האט דאס נישט געטאן פאר פרנסה־װעגן, װײל ער איז געװען גאנץ פארמעגלעך. דאם לערנען מיט די בחורים איז געװען בײ אים א גרויםער תענוג.

passage_01b1f581b89e77793d12a520