Original scan
Original memorial-book scan 176
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-858

מרדכי זאנשיױ / דער מארק אוו דאס קלײנע מארקל (תל־אביכ) אין כמיעלניק װי אין רוב קלײנע שטעטלעך אין פוילן■ האט זיך דאס װירטשאפטלעכע לעבן פון ײדן׳ די ײדישע פרנםות קאנצענטרירט בעיקר אין שטאטישן־מארק. כאפטזשע א בליק צוריק אין נישט װײטן עבר און ם׳װעלן אויפטוירן פארביקע געשטאלטן און זכרונות פון יענעם שײנעם אמאל. אט איז דאם גאלאנטעריע־געשעפט פון די לאנגװאלדס. אונטערװאקסענדיקע בית־המדרש־בחורים פלעגן דא אײנ־ האנדלען צום ערשטן מאל א פאפירענעם קאלגער מיט א שניפסל׳ און דערמיט זיך אנמאכן ״געברענטע צרות״. דער טאטע האט געשטורעמט: ״ביזט מיך מבוזה ומבזה מיט דיץ ״לאקשנברעט׳/ כ׳קען דאס פנים נישט ארויסװײזן״. מיר האבן דאם מקבל באהבה געװען און געקעמפט... עד הציץ ונפגע... א שריט וױיטער — די קראם פון חנינא לעקעך־בעקער, װו די באלעבאסטע פלעגט קויפן פאר א צװײער האניק־לעקעד כדי צו פארזיםן דאס מײערן־צימעס. ״קאליע־געװארענע״ בחורים האבן דא אין געהײם זיך דאס הארץ אונטערגעלענט.

passage_83d3a22a475d771fc7428b62
Passage 2normalized OCR · source chars 860-1976

ר׳ איטשע מאיר לײנמאן מיט זײן פארב־און אײזן־קראם איז געװען א שם־דבר, און א נעבן־פאך האט ער געהאט — ײדישע קינדערלעך מכנים געװען בבריתו של אברהם אבינו■ אבער דאם בלויז לשם מצװה־װעגן. ר׳ איטשע מאיר מוהל, א בר־ אורײן׳ א הײסער גערער ■חסיד. זײנע צװײ זינדלעך האבן געשמט אין שטעטל : צדוק לײנמאן■ א שטארקער לשון־קודש־ קענער, געשװוירענער סעקרעטאר פון אלע צױניסטישע אינ־ סטיטוציעס. דער צװײטער — ישעיה לײנמאן — אנגעהויבן בײם ״בר־כוכבא־השומר״■ השומר הצעיר, און דערגאנגען ביז בית״ר־מנהיג אין שטאט. א געשליפן צינגל, אן איפכא־מם־ תבראניק■ אבער באליבט בײ אלעמען. עס ליגט אײך זיכער אין זכרון דאם ״כל־בו״־געשעפט פון ר׳ אנשיל און זון בעריש ערליך, װאס האבן ביד רמה געפירט אויסער זײגער־מאכערײ, קאסמעטיק, שפילצײג. ביזשוטעריע, טיש־פלאטור א. א• װ״ אויך א פרעסע־אגענטור. טאג־טעגלעך, אזײגער 10 —11 האט זיך פארזאמלט דישטעטל־ דיקע אינטעליגענץ נאך דער טאג־פרעסע׳ און בשעת מעשה געפירט הײםע דיסקוםיעס איבער ״דברים העומדים ברומי של עולם״, אזוי לאנג געהיצט און געקאכט זיך ביז ר׳ אנשל האט נישט אײגמאל רעאגירט מיט א : ״זײט מוחל ױנגעלײט, ס׳איז דאך א געשעםט...״ ױסף ראזנבלוס, דער לעצטער ײדישער שטאט־לאװניק. בראגסן־מאנאסאל מיט שול־ביכער, 95־ער מיט קולטור־

passage_f7cd6adf73e7cf21d93d88fe
Passage 3normalized OCR · source chars 1978-2949

ארטיקלען, א םגולה צו פרנסה. איבערגעגעבענער כלל־טוער און בכבודיקער ײד• נישט װײט פון אים דער אימפולםױוער ר׳ משה יעקל ראדאל מיט זײן קאלאניאל־געשעפט אין הורט. אין א יאריד־ טאג האט ר׳ משה יעקל נישט געהאט קײן צײט א װארט ארויסצורעדן: געפאקט פעקלעך׳ געשריבן חשבונות און — שטענדיק געזוכט א גמילות־חסד. פון די אנגעזעענע גערער טיש־זיצערס געװען. די איידעמם — זײדענע ױנגעלײט• חריפים ובקיאים אין ים התלמוד. אויף דער זײט פון די רימארעם, בלעכערם, גלאז־קרעמלעך איז שטענדיק געװען טומלדיק : געמישװהעט׳ געדונגען. געשװוירן זיך. ײדן מיט שװערע פרנסות, אנגעשװארצט א גאנצע װאך, אבער דעם שבת געמאכט כיד־המלך. 1 דער פארזיצער פון ארגון ױצאי חמילניק בישראל, מרדכי זאנשײן בעת א באזוך אין יער הקדושים בײם שװארצן יאסל מיט דער פאטריארכאלער שװארצער בארה האבן די שטיבער פון די ביר־שענק געפוסטעװעט א גאנצע װאך. די פרנםה האט ער געצויגן נאר פון די יאריד־ טעג, און א דאנערשטיק האט אים נישט אײנמאל אויסגעפעלט בראנפן מיט ביר, פארנאכט־צו האט ער זיך אלײן נישט געקענט אנפארען מיט די שיכורים פון אונטער די טישן.

passage_a1ac1f76e0fd2d4bc6bc2299
Passage 4normalized OCR · source chars 2951-3340

א שם־דבר איז געװען די קראם פון ױסף שואל און בלינדע אײדל. אלע שוסטער־צודאטן, ביטערע קרײטעכצער׳ שמעקנ־ דיקע נעגעלעך׳ סטאלער־מכשירים, סחורות פון א פרוטה ביז א גילדן ז די גלאגציק פארשמאלצענע מלבושים אויף זײ, פון דורות־לאנגען אײל־און טראען־גיםן. נישט צום פארגעסן איז דאס קרעמעלע פון איטשעלט פלוציענניק. א געװעלבל שנײם על שנײם, דורכגעטײלט מיט א לײװנט־פוירהאנגל, הינטער װעלכן עם האבן זיך געפונען

passage_1fc4a2928f5e45edb2ca9845