Original scan
Original memorial-book scan 177
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-1106

345 מרדבי זאנשײן — דער מארק און דאס קלײנע מארקל 346 די װױן־״אפארטאמענטן׳/ א פאר שלאף־פריטשעם מיט א קעכל. געהאנדלט פון א נאדל ביז א ביציסקע. ״איטשעלע װארשעװער׳/ א פלאמענדיקער פועלי־צױניסט, שיעור נישט א רעװאלוציאנער, אפגעהיטן תפילת־השכמד״ ער מיטן זון, די זײלן פון דער גמילות־חםד־קאסע אין שטעטל. בײם ראג מארק אין קעלצער גאס — די פארבן־און אײזן־ קראם פון מלך מענדראװסקי, געהאנדלט, געקינדלט און גע־ קעמפט װי א לײב אין די קאמיסיעס פון ״אבראטאװע״ און ״דאכאדאװע״ לטובת אחינו בגי־ישראל. אין צװײטן ראג מארק די ״שװער־אינדוסטרי״ : די אײזן־ קראמען פון די זשעלאזשניקעס און דוד־יאסל זילבערבערג. א גאנצע זואך פארהאװעט, פארשמאיעט אין אײזן־געבראזג. געכאפט בחפזונדיק א מנחה־מערב צװישן די אײזן־שטאבעס. פלאמענדיקע גערער חסידים אין ברײטע טערקישע טליתים מיט שװערע זילבער־עטרות, א פאר מאל אין יאר קײן גער נאך יראת־שמים געפארן. ר׳ דוד־יאסל זילבערבערג, תקיפותדיקער ראש־הקהל, אקטיװ אין מחלוקת־הרבנות, אויף דער קעמפערישער טוביה־ צד, גערער חסידות א זעלבםטפארשטענדלעכקײט. אודאי געדענקט איר ר׳ דודל פינטשעװער (ערנרײח — תורה וגדולה במקום אחד, עקספארט פון פעדערן און אימפארט פון... יראת־שמים און חסידות. אין שטוב — א פארטײען־ קראנץ•

passage_7a4a91fc55c7838526162a54
Passage 2normalized OCR · source chars 1108-2256

דער אײדים יהושע שװער, א השכלה־ײד, געדבקעט אין שפינאזעס עטי?. א טעטיקער מזרחי־טוער. יאסל נירנבערג, — זײנע םאמעט־זײרענע און טוכענע ״גזירה״־היטעלעך האבן באצירט די קעפ פון לומדים און יראים ושלמים. ציפעטקעם להבדיל פאר גוײשע קעפ... א יגיעד. כפײמדיקער ײד. יחיאל נאפארסטעק און זײן זיסװארג־מםחר. א ברייטער ײד הן אין אויםזען, הן אין זײן התנהגות. ביד רחבה געטײלט מתן־בסתר און נישט פארפעלט זיין ױם־תהילים מיט השכמה אין בית־המדרש בײם עמוד. באלד בשכגות — ר׳ משה גארליצקע א ״קאלענער״ כל־בו ײד, אן אײזן־סוחר מיט אײזערגער זעלבסטזיכערקײט. מען האט אפילו געמורמלט אין שטעטל, אז משה גארליצקע כאפט זיך אמאל אין קינא ארײן, לא עלינו ! ממש דערנעבן, ר׳ נתן פעפער, א געפוצט ײדל, געפרעסטע הויזן, א היטעלע מיט א זײדן־טאשמע, געלט אויף פראצענט — א כמו־באנק, האנדלט מיט טײ און פעפער אויף װאגאנען. פארט אין די בעדער, פון די חשובים בײ דער מזרח־װאנט אין דער שיל. בײם ״בודזיארזש״ אין קראם — ריחות פון ראזשינקעס און אוםלעגדישע פלוימען. פון גראשן־האגדל און טאטנס־פרוטות, האבן די בנים א ברײטן קאלאגיאל־מסחר אנטװיקלט, ערלעכע הארעפאשנע ארבעטם־מענטשן. ר׳ יעקעלע װײנבערג — די אײדלקײט אלײן, פירט זײן איױן־האנדל מיט דינער םאלידקײט. אין שטוב א פארטײען־ קאלאריט, אבער מיט קעגנזײטיקן כבוד.

passage_bdace77621ac0c73d4cae5cd
Passage 3normalized OCR · source chars 2258-3309

געדענקט איר די הײמיש־געשטאפטע פאפיראםן ז — דאם האט בלימעלע זריצקע באזארגט גיאן פאר דער פראדוקציע. דער בן־יחיד אװעק אין די מרחקים, האט זי מיט אירע ענער־ גישע טעכטער, די צױניםטקעם, געפירט א בכבודיק בעל־ הבתיש לעבן• בײם ראג פינטשעװער גאס, ר׳ מנסה הענאך טײטלבוים — פאטשײלעם, פערלמוטענע קנעפלעך, א סאמעט־בענדל צום שײטל, ממש פון כל טוב. ר׳ משה־הענאך, א ײד א הדרת־ פנים׳ א בעל־תפילה מיט א חזקה, מיט די קונהטעם פלעגט זיך בלויז פארנעמען זײן פלוגית׳טע... בײ לײביש שולזינגער — עק מאגיםטראט־גאס אין מארק האט זיך גערודערט: װיפראװעס און חתונה־אויםשטײער, סאמעט און זײד, אטלאם און דאמאשעק. געמםחרט אין לאדזש. געפראװעט חםידות אין גער. משה איציק מאלאזש האט ליכטיקער געמאכט די פארחו־ שכטע שטובן פאר פסח. אין דער מלבושים־קראם פארען זיך די בנים, קעמפערישע גאטורן, פארפארן אזש קײן שפאניע. קײן פאריז, קײן ישראל און השיבגו נאזאד... דער פיאנער פון זײף און ליכט אויפן שטח פון ברײטן פוילן איז געװען ר׳ אידל לעװקאװיטש. ס׳האט אויסגעזען, אז אײל פאר זײן פאבריקאציע פרעםט ר׳ ײדל אוים פון די פון־ דורות פארשמאלצענע װענט אין זײן קראם. אלײן אויך געװען א שמן־זיתדיקער ײד, א ירא שמים.

passage_c68e938bff6e801ce8a1f96f
Passage 4normalized OCR · source chars 3311-4366

״דרײ זיך שוין מילעכל״... האט איטשעלע בײלע־מרימם געדרײט זײן פרנםה־מילעכל מיט שװעריקײט. צװישן איין באבע און דער צװײטער האט זײן באם־שטימע אײנשטודירט ר׳ אליעזר׳ן פון ״בר־כוכבא״, אדער א צװײטע הויפט־ראל פון באלערנדיקע טעאטער־פיעסן. געװען אן אנגעלײגטער גאסט־רעזשיסער בײ די פארשידנארטיקע טעאטער־טרופן אין שטעטל, א מחיהדיק־הארציקער פאלקס־ײד. לוי זריצקי — א שטאלטנער קרעפטיקער ײה זיץ צײט אײנגעטײלט צװישן ראדעם און כמיעלניק. מיט הארטע און וױיכע לעדער מפרנס געװען זײן ברײטער משפחה. שידלאװער חםידות — בירושה. די בנים צעשפרײט איבער אלע שבעה ימים. אין א יריד־טאג האט בײ ר׳ העשקע אבראמאװיטש גע־ ראיעט װי אין א ביגשטאק, בײ היפשע לחײמס זענען דארט פריצישע געשעפטן געשלאםן געװארן, םתם גאלאגעס האבן דארט געשיכורט מיט דרך־ארץ. ר׳ העשקע׳ א שטילער צניעותדיקער ײה האט געזארגט פאר גוטער דערציאונג פון זײנע קינדער — גוטע צױניסטן, װאם זענען מיט דער חלו־ צישער עליה עולה־געװען קײן ארץ־ישראל. אין משה׳ל־נח׳ם שניט־קראם האט איר באקומען םון א גאלאמביע־כאלאטל ביז א זײדענער זשופיצע• א שײנער בן־ תורד״ דינע פיקחות אין זײנע שיחות־חולין, דער בן — נח משה׳לס, א ״שמדניק״ אין א םאמעטן היטל...

passage_a7cf190dceed136fb8fc4d55