347 פ נ ק ס כ מ י ע ל נ י ק 348 מאדזשיצער חסידות און נגינה בײ ר׳ משה לעמבעת״ -׳ א שטיק לעבן׳ שניט־םחורה אין הורט געהאנדלט. א שײן באלעבאטיש הויז, טאלעראנט געװען צו די פארטײ־דרכים פון זײנע קינדער. דער עקסטראקט פון גערער חםידות איז בלי־ספק געװען בײ ר׳ עמנואל פלוציענניק מיט זײנע אײדעמם, די אברכי־משי, דער שניט־האנדל איז געװען נאר א דרך־הטבע מיטל צו קענען ממשיך זײן די גערער דרכים. רײכע פריצים און פאבריקם־אגענטן זענען געװען שטאמ־ געםט אין לעשמאנס האטעל. א מימרא איז געװען אין שטעטל, אז לעשמאן נעמט אין שבת געלט אויף א לעפעלע... א שטיװניאק מיט שטרײף־הויזן יעדן טאג. בכבודיקע צױניםטי־ שע אײדעמס. דער בן־יחיר בראנעק געװען דירעקטאר אין א העברעאישער גימנאןיע. כמיעלניקער ביר־טרינקער האבן שטארק געהאלטן פון איזאק װײנשטײנם א גלאז ביר. דערפאר טאקע האבן די ״אלמנות״ (געבראטענע גענדז) בײ אים קײנמאל נישט ״דער־ לעבט״ קאלט צו װערן... ר׳ הארשל ראצע, א מלבושים־״טאנדעטניק״, יעדעם מל־ בוש האט יעדן פויער געפאסט... אבער זײן תפילת־השכמה און דער ױם־תהילים זענען לגמרי נישט טאנדעט געװען... אן אײביקע באװעגונג אין רחל כצ׳ס גאלאנטעריע־מאגאזין, פון א מאדע־הוט ביז א פאגרזשעב־מלבוש, א קװעקזילבער־ דיקע סוחרטע.
א שטוב־מסחר פון לעדער האט געפירט ר׳ בערל גראנעק, בטבע א רואיקער אײדעלער ײה אן אויסגעשפראכן צױניסטיש און בכבודיק הויז. בשכנות — ר׳ ישראל יעקל מענטליק, געריבענער שניט־ סוחר אין הורט. ראדאמסקער חסידות מיט רחבות׳ זײן בכור. — נח, א מנהיג פון ״צעירי המזרחי״. ר׳ קלמן־ראובן ניסנגארטן, א גאטםםארכטיקער, ארבעטזא־ מער ײה האט אויף אן אײגנארטיקן אופן געפירט שבת־ בוכאלטעריע און דערבײ חס־וחלילה נישט מחלל־שבת געװען: מיט דער הילף פון קאלירטע סימנים־צעטלעך, ארויסגעגעבן שבת נאכן טשאלנט סיפאנען םאדע־װאםער דער גאנצער שטאט אויף בארג. זײן זון משד״ דער געטרײעסטער הערצל־ סאלדאט אין שטעטל. א סוחר א ברען איז געװען ר׳ חײם שלמה סאלאזש, זשאנ־ גלירט מיט גמילות־חסדימס, די געװעלב־טירן פארשריבן מיט קרײד פון חובות בײ די שוסטערס. א מאדזשיצער ניגון — א שטיק לעבן. דער זון מאיר געקעמפט פאר װעלט־דערלײ־ זונג און געפאלן אין שפאניע. די פרנסה פון א ״שידלא־מידלא־שװיץ־קרעמל״ פון זײן אשת־חײל טעמע האט יאסל מאפע משלים־געװען מיט האלץ־ מסחר. פקחות איז אים געקומען בירושה. בניחותא איז ר׳ ױדל בירך׳ס אומגעגאנגען מיט זײנע קונה־ טעס. א ליכטל, א קאפ צימערינג, א גאדל־בײנװל, א ײד א צנוע מיט שטילער חכמה. זײן עלטסטער זון ױחנן האט זיך שוין ״ארויםגעריסן״ אין דער ברײטער װעלט ארײן.
אין א דוינקל זיצט ר׳ שלמה קלארמאן און שרײבט ״פרא־ שעניעם״. מיט דער טשײניע פארנעמט זיך דאם בני־בית. דער ערשטער ״מזרחי״־פרעזעם אין שטעטל. א בר־אורײן מיט א בליק ארײן אין א ״טריפה־פסול״. אין הויז — א קאכעניש פון אידעאלאגיעס. בײ קאפל קלארמאן האט מען אביםל ״קאכעדיקס״ געקענמ באקומען א גאנצן מעת־לעת, די ירידים־פארער האבן דארם דער קלײנער מארק אין יאר 1958. עס הענגען נאך די שילדן פון די געװעזענע געשעפטן : פון ישעיהו־שמואל מאתוליעם, משהקע פײנגאלד און שלמה זאנשײן•