משה גורגעל / די לװיה פװ אברהם יצחק גארליצקי (תל־אביב) משר. גורגעל נאך דער ערשטער װעלט־מלחמה, מיטן אנהײב פון דעם װעלטלעכן פאליטיש־געזעלשאפטלעכן לעבן אין שטאט, האט זיך׳ נאטירלעך, אויך אנגעהויבן פארשארפן דער קאנפליקט מיט די פרומע ראשי־הקהל. דאם איז דעמאלט ספעציעל געקומען צום אויסדרוק אין דעם פײנלעכן פאל בעת אברהם יצחק גארליצקים טויט, װאס האט געברענגט צו א צוזאמענ־ שטוים צװישן דער קהילה און דער פועלי־צױן־ארגאניזאציע. אין ױני, 1929 איז אונדזער חבר א. י. גארליצקי שװער קראנק געװארן, בײ זײן בעט האבן געװאכט זײנע ױגנט־ חברים, מיט װעלכע ער האט צוזאמען געלערנט און געאר־ בעט. אין זײנע לעצטע מינוטן, װען אײנער פון די אנװעזנ־ דיקע חברה־קדישא, אברהמלע שפוצאק האט געלײגט א יארמולקע אויפן קאפ פון גוםם און געהײסן אים נאכזאגן וױדוי, האט אברהם יצחק מיט די לעצטע כוחות אראפגעריםן דאם קאפל פון זײן קאפ און אויםגערופן־ ״ערלעך און פרײ האב איך געלעבט, אזוי װיל איך אויך שטארבן״. אט מיט די װערטער האט ער אויםגעהויכט זײן ױנג לעבן. ם׳איז געשאפן געװארן א לויה־קאמיטעט פון די חברים . עלע קלארמאן, נחמיה םאמבורםקי, שמואל װאלף בראװאר־ ניק׳ מאקס רעיפיש און שמואל שענטאל. עס זענען פוגאנדער־ געקלעבט געװארן קלעפםידרעם אין אלע גאסן (דאם ערשטע מאל אין כמיעלניק).
דערװײל האט זיך אנגעהויבן טומלען און קאכן אין דער קהילה. הױת אברהם יצחק האט נישט געװאלט זאגן קײן װידוי פארן טויט׳ האבן די קהילה־מענטשן, קעגן די שטימען פון די בעלי־מלאכות פארשטײער געװאלט זיך נוקם זײן אין דעם פארשטארבענעם אפיקורם און באשלאםן אים צו באגראבן ״קבורת־חמור׳/ הינטערן פלויט. די חברים פון לויה־קאמיטעט האבן אבער באשלאסן קעגן די רעדל־פירער פון דער קהילה אויםצוגראבן א קבר אויף דעם בכבודיקסטן ארט אויפן בית־עלמין. דער קאמיטעט האט זיך צעטײלט אין צװײ גרופעס : אײן גרופע מיט עלע קלאר־ מאן און שמואל בראװארניק זענען גלײך אװעק אויסגראבן דאס קבר, און די צװײטע — מיט מאקם רעיפיש אין שפיץ האט געזארגט פאר דער טהרה. פארן הויז פון דער פאמיליע גארליצקי אויפן קלײנעם מארק האט זיך גלײך פארזאמלט די כמיעלניקער ױגנט, ארבעטער׳ בעלי־מלאכות׳ קלײנהענדלער, װאם זענען געקומען אפגעבן דעם לעצטן כבוד א זון פון א פאלקס־משפחה. דער רב מיטן קהילה־פרעזעם און אנדערע קהילה־פרנסים האבן אנגעהויבן מיט כוח צו שטערן דאס אדורכפירן די לװיה׳ און אפילו געדראט דער מוטער פונעם נפטר. דער פארזאמלטער עולם איז אבער געװען דעצידירט די לויה דורכצופירן לויט דעם פארויס־באשטימטן פלאן. בילד פון דער לװיה אין יאר 1929