מ. גערבארט / משה יאסל סמאלארזש (בני ברק) מ. געלבארט ם׳איז געװען זומער 1926, װען בײ מיר אין מײן אמאליקער הײמשטאט לאדזש׳ האט זיך צום ערשטן מאל באװיזן דער דעמאלט אן ערך 17—18 יעריקער שלאנקער און סימפא־ טישער בחור׳ משה ױסף םמאלארזש. דאס איז געװען דער אנהויב פון אונדזער נאענטער פרײנטשאפט ביז זײן אומקום. פון מײנע איבעריקע ױננע פרײנט האט ער זיך אויסגעטײלט מיט זײן בלײך א־ן ערנםט פנים, װײניק רעדן און פאר־ טראכטקײט׳ װאם איז געװען אין סתירה צו זײן ױגנט. זײנע טיף־שװארצע אויגן האבן דערצײלט װעגן א שװער לעבן פון נײט און צו דער זעלבער צײט װעגן אן אינערלעכער רײכקײט פון געפיל און שכל. זײן אומגעצוימטע ױגנטלעכע משה־יאסל סמאלאזש מיט א גרופע שרײבער פאר קריג אין לאדזש. פון רעכטס צו לינקס : י. גאלדקארץ, מ. י. סמאלאזש, משה בראדערזאן׳ ו. טרונק. פון רעכטס צו לינקם (שטײען) : ש. פ• שאיעװיסש׳ א, יאכימאװיטש, װ. ה. אױואן, א. האפמאן. פרײד האט מען ערשט געקענט באװונדערן׳ װען ער האט זיך געפונען אין פעלד אדער װאלד — װײט פון שטאט.
םמאלארזש איז ערשט װאס געהאט געקומען מיט זײנע צװײ ײנגערע ברידער פון זײן הײמשטעטל כמיעלניק׳ וײ זײ זענען פרי פאריתומט געװארן. אין לאדזש האבן זײ געהאט א זײדן׳ װעלכער האט זײ גארנישט געקענט העלפן. זײ האבן זיך פארדונגען צו שנײדער־מײסטערס פון הויזן־ טאנדײט, דער סעזאן האט געהאלטן אן ערך 5—6 חדשים אין יאד. די איבעריקע צײט האט מען געדארפט לעבן פון ״בארג״ אין געװעלב. דער שװיץ־סיםטעם פון דער סעזאן־ ארבעט איז שװער געפאלן אויף דעם לאנגן שװארצן משה ױסף, און נישט זעלטן איז ער געצװונגען געװען די פרײע צײט צו פארברענגען אין דעם שטעטישן לונגען־םאנאטארױם אין דער פארשטאט כויני•
צוערשט האט םמאלארזש אנגעהויבן שרײבן לידער און דעבױטירט אין אן אײנמאליקער ליטערארישער אויםגאבע מיט א גרופע ױנגע דיכטער אין לאדזש. נאך דעם איז ער אריבער צו פראזע. זײן ערשטע דערצײלונג ״בײם טויער פון בית עולם״ — (נאכן קריג ארײנגענימען אין דער אנטאלאגיע פון פראזע, -רעדאגירט פון אהרן צײטלין און בעריש װײנשטײן), אפגעדרוקט אין דער ליטערארישער װאכנשריפט פון דער װארשעװער ״פאלקםצײטוגג״. ביזן באזעצן זיך אין װארשע, אײניקע יאר פארן קריג, האבן זיך זײנע דערצײלונגען געדרוקט אין דער טעגלעכער צײטונג ״לאדזשער פאלקסבלאט״. אין לאדזש, אין פארלאג ״אות׳/ איז דערשינען זײן בוך נאװעלן? ״הײם און פרעמד״, װאם איז װארעם אויפגענומען געװארן מצד די ליטעראטור־ קריטיקער. באזונדערם האט אים מקרב־געװען א. מ• װײםנבערג• ״הײם און פרעמד״ האבן פאר דעם ױנגן םמאלארזש געהאט צוגעגרײט אײן גורל־ לײדן׳ װאם האבן בײ קינדערישער פרײד און ױגנטלעכער בענקשאפט פארװאנדלט אין — דערפארונג. די דאזיקע גורלדיקע אײגנשאפט האט׳ נאטירלעך, ■ אויך שטארק משפיע־געװען אויף דער טעמאטיק פון זײן שאפן.
נאכן פארנעמען װארשע דורך די נאציס׳ האט םמאלארזש זיך געפרװוט ראטעװען קײן ראטנפארבאנד. ער איז אבער בײ דער גרענעץ געכאפט געװארן דורך די דײטשן צו א לענגערער שװערער ארבעט און פײניקונג. שפעטער איז אים געלונגען צו אנטלויפן פון װארשעװער געטא קײן בענדין (זאגלעמביע). אײנער פון זײנע ברידער, מיט װעמען איך בין געװען אין לאדזשער געטא׳ האט דעמאלט דורך דער געטא־פאסט באקומען א ידיעה פון נײעם ארט. דאם איז געװען דער לעצטער גרוס פון דעם טאלענטירטן שרײבער — משה ױםף סמאלארזש.