Original scan
Original memorial-book scan 189
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-40

פון זיױ ליטערארישער ירושה דער איבערברור

passage_6d65afad590639c2e8513c13
Passage 2normalized OCR · source chars 42-1245

מיט עטלעכע טעג פריער האט זיך געלאזט מערקן א שינוי. גענוי װאס ס׳ענדערט זיך האט קײנער נישט געוװםט. מ׳האט זיך געסודעט, געשושקעט אויפן אויער, און דערװײל האט די שרעק און אומזיכערקײט ארויסגערופן פארשידענע װילדע השערות. אזוי האבן עלטערע ײדן, בײזע, פאר־ אומערטע, עובר־בטלניקעם׳ װאס פילן שטענדיק דעם רויש פון אומגליק אין זײערע פארמאכיקטע אויערן, געװוםט צו פארשפרײטן א קלאנג, אז מען װעט באצײטנס אראפ אין די קעלערן. װארום, װי ס׳דאכט זיך, װעלן אקע מ׳זעט, פארקומען פרישע הריגות... םימנים און רמזים האבן זײ נאך פריער איויסגעפונען אין אלטע פארגעלטע ספרים, נאר זײ האבן עם מורא געהאט איבערן מויל צו ברעננען. אבער איצט, װען די לופט — א פײכטע, א הארבםטיק פארנעפלטע האט געהויערט איבערן שטעטל און געטריפט מיט מרה שחורה און אויף דער ,׳קאמענדע״ האבן זיך אומגעריכט אין מיטן טאג צעפלאמט די צװײ בליץ־לאמפן װאם האבן בהלה׳דיק, מיט אן אומ־ הײמלעכן רויטן אפשײן ארײנגעפלאטערט אין גראען טאג — האט מען באשײנפערלעך געזען, אז ם׳גרײט זיך נײעס... דאם רעדל עלטערע ײדן, װאס איז ביז אהער געשטאנען אין עק מארק און ארויסגעצויגן פון די בערד גראע האר, פולע מיט אימה, האט זיך אין אײלעניש א צעשאט געטוען. צעמישט האבן גענומען פארן די פאלעס פון זײערע ױפיצעם א־ן מיט א שטומען פחד אויף די ליפן, האט יעדער אײנער, קוים מיטן לעבן, אהײמגעםאפעט אין זײן שטוב.

passage_02bbf315072b599aa1a8441c
Passage 3normalized OCR · source chars 1247-2321

ײדן אין מיטעלע יארן׳ װעמענם קעפ זענען שוין געװען אויפגעהוילט פון איבערקלערן׳ פון װאנען מ׳נעמט דעם טאג איבערצולעבן און װען װעט שוין השם יהברך העלפן, אז עם זאל שלום װערן אויף דער װעלט, כדי מ׳זאל קענען מיט רואיקער הארמאניע, מיט יגיעת בפו, פארדינען אויפן שטיקל ברויט — זײ האבן זיך פון דער פלוצימדיקער מלחמה אײנגעקארטשעט װי די העזלער און געבליבן שטײן אין מארק שטום, פארגליװערט. זײערע גרויםע צעעפנטע אויגן, האבן מיט פײכטע בליקן צעחושט געפינטלט אין .אלע זײטן — און זײערע אנגעשפיצטע אקסלען האבן אומבאהאלפן נעבעכדיק געצוקט. נאר די ױנגען װאם זענען ביז צום אויסברוך פון דער מלחמה שוין געװען אין די גרויםע שטעט און דארט געארבעט אלם װעבער, שוםטערם און שנײדערס, די ױנגען װעלכע האבן שוין אין די מלחמה־יארן, זיך צוגעװוינט צו דערנערן, װי די רויב־פויגל צו כאפן זײן שפײז׳ משה יאסל סמאלאזש געבוירן אין כמיעלניק אין יאר 1907 בײ ארעמע עלטערן, צו ד יאר געבליבן א קײלעכיקער יתום• אויסגעצײכנט זיך בײם לערנען אין די חדרים. געהאט א שארפן קאפ און שנעלע תפיסה פון א תלמיד־חכם. פארט קײן לאדזש, מאכט אדורך שװערע צײטן. ער הײבט אן שרײכן און װערט מיט אנערקענונג אויפגענומען אין די לאדזשער ליטערארישע קרײזן•

passage_621c8265e05a3464197e905e
Passage 4normalized OCR · source chars 2323-3440

אין 1937 דערשײנט אין פארלאג ״אות״ אין לאדזש זײנס א בוך דערצײלונגען ״הײם און פרעמד״. ער פארעפנטלעכט פון צײט צו צײט אין דער לינקער פועלי־צױניסטישער פרעסע פראגמענטן פון שטעטל־ שטײגער. אזמגעקומען אין לאדזשער געטא, הי״ד. ברויט פון אנטלויפנדיקע אבאזן אונטער א האגל פון קוילן — זײ זענען די אײנציקע װאס האבן זיך גארנישט געשראקן. אדרבא, לויט זײער איצטיק סוד׳לען זיך און לויט זײער דרײען זיך ארײן און ארויס פון דער ״טשײניע״ האט מען זיך געקענט משער זײן, אז זײ קוקן גאר אויף עפעם אויס... הפקר׳דיקע מיט מאטשעיװוקעס אריבערגעצויגן איבער די אויערן, אין גראע, אפגעקנעפלטע, זעלנערישע שינעלן אדער קורטקעס, מיט באטשװעקטע שיך אויף די פיס, האבן זײערע טריט פראנק און פרײ אפגעהילכט אין פארנעפלטן חלל. יעדע װײלע האבן זײ זיך מיט כיטרע חוזק־בליקן געגעבן םימנים װעגן דער צערודערונג אויף דער ״קאמענדע״. ארום די ױנגען האבן זיך געדרײט די פארלאזענע װייבלעך מיט פארפינצטערטע פנימער. ארומגעװיקלט די קעפ מיט צעדריװלטע דערעלעך׳ מיט צעריסענע טיכלאך אויף די אקסלען. זײ האבן געטשאפעט מיט די אויסגעדרײטע האלב אויפגעשנירלטע שיך פון אײן רעדל צום צװײטן, געצויגן די ױנגען בײ די ארבל און געשעפטשעט בלחש : װאם הערט מען י װען נעמען זײ שוין אײן א שװארצן סוף ז - —

passage_7a3579ca9cdda07e497b9591