371 פ נ ק ס כמיעלניק 372 די ױנגען האבן מתחילה שמײכלענדיק געשװיגן, נאר שפעטער אויפן טאג׳ װען דורכן םפעציעלן שליח פון קרײז־שטאט, איז מען געװאר געװארן אז מען גרײט זיך דארט צו אנט־ װאפענען קירה׳ן, באזעצן דעם מאגיםטראט מיט אײגענע מענטשן און אז ער, דער שליח איז דא געקומען כדי דאס זעלבע דורכצופירן — דאמאלם האט יאסל װעבער, דער אנפירער פון דער שטעטלדיקער ארגאניזאציע מיט א הײמ־ לעך בלישטשל אין די אויגן און מיט א זאפטיק, זיכערן קול געענטפערט די װײבלעך: מ׳האט זײ שוין אין דער אדמה - א לאדע שעה פאלן זײ װי די פליגן...
די וױיבלעך מיט די אויפגעצאפלטע הערצער און מיט א פרײדיקע אומרואיקײט אין אלע אברים׳ האבן באלד פאר־ שפרײט יאסל װעבער׳ס האפערדיקע רײד צװישן אלע רעדלעך. די רײד האבן אנגעװײעט א צעמישטקײט׳ א פארב־ קײט אויף אלע פנימער. און װאם מער דער עולם האט נידעריקער אראפגעבויגן די אויערן אײגער צום צװײטן, כדי בעסער זיך אײנצוהארכן און צו פארנעמען װאם מען שמועסט — אלם װינציקער האט זיך דער גאנצער ענין געלײגט אויפן שכל: װאם הײםט׳ אז זײ אנטלויפןז און װער װאגט עס זײ אנטװאפענען ? װאס װעט איצטער זײן י װער װעט עם איבערנעמען די ממשלה? און אינמיטן די אלע קשױת, װאם האבן זיך שארף שטוינענדיק געשניטן אויף אלעמעגם פנימער, האט פלוצלינג איטשעלע גראבאװער, דער ליצנות־טרײבער פון שטעטל, א צעשפרײט געגעבן זײנע דארע פלינקע הענטלעך, װי א פויגל צום פלי און אויסגעשריגן מיט א הײזעריק גמרא־ניגונדל : מני מניתין? װעט איצט די משנה אויםקומעןז לא כרבא ולא כאבײן נישט פאניע און נישט דער דײטש? בלײבט מען דאך אינגאנצן השם ישמרנו אויף הפקרן... דער עולם האט זיך אין דער ערשטער װײלע א װאקל געטון און ארײנגעשמײכלט פון דער הלצה פארבארגענערהײט אין די בערד ארײן, נאר אין א װײלע שפעטער האבן זיך בײ א טײל די פנימער אנגעכמורעט און זײ האבן אויםגעברומט בײז •. כ׳לעבן א שײנע צײט זיך אויםגעקליבן צו לצ׳עװען, עס איז דאך
םכנת־נפשות, מ׳איז דאך טאקע הפקר ! - דערװײל איז ארום די ױנגען געװארן װאס אמאל הײמלעכער, פון מינוט צו מינוט זענען צו זײ צוגעקומען מער ארום, פון אלע רעדלעך האט מען גענומען אהינקוקן מיט ערנסטע, נײגיריקע בליקן און מען האט געפארשט זײער יעדן ריר, יעדער תנועה אויפן פנים און אט האבן זײ זיך צעטײלט, א העלפט זענען אראפ פון מארק און זענען ארײן אין א הינטערגעסל. מ׳האט באלד געגומען װעגן דעם קלערן, װואהין זײ גײען : מסתמא אין פארײן ארײן — האט עמעצער סתם אזוי זיך געלערנט טרעפן. אודאי, יא — האבן אלע אן שום קלער מםכים געװען, װארום, װאם איז דען געװען א םך צו קלערן. ם׳האט שוין באלד אויםגעזען, פוגקט װי מ׳זעט דעם בורמישטש אדורכגײן דורכן מארק׳ וױיםט מען אז ער גײט אין מאגיסטראט אריץ, אזוי האבן איצט אויך אלע פארשטאנען, אז די חברה זענען אין פאראײן זיך אן עצה האלטן און זיך צוגרײטן...
א טײל בעלי־בתים האבן גאר שטארק מקנא געװען חײם קצב, װאם ער האט שכל געהאט צו פארדינגען דער חברה די צװײ בױדעם־שטיבלעך. חײם קצב׳ם הויז האט איצט צוליב דעם אין אלגעמײגס אויגן אויסגעזען חשיבותדיקער און זיכער װי א פעסטונג... אויך די ױנגען׳ װאס זענען פארבליבן אין מארק און ארוממארשירט הין און צוריק מיט אויפ־ געהויבענע קעפ און מיט פרעמדע הילכיקע טריט װי א פאטרול, האבן שוין אפילו אין די אפגעטראגענע מלבושים אויסגעזען װי עפעס א נײ מין ״נאטשאלסטװע״. מען איז אומדרײסט געװארן זײ אפילו א װארט איבערצופרעגן, הגם יעדער אײנער האט זײ גוט געקענט און מ׳האט זײ געהאלטן פאר לאבוםעס... איצט האט מען בלויז זײ נאכגעקוקט און מיט יעדע מינוט איז אלץ א גרעסערער דרך־ארץ אויפן עולם אגגעפאלן...
אינעם בעל־מלאכישן רעדל האט מען זיך אפילו קעגן דעם געבונטעװעט, זײ דארפן צושטײן צו דער חברה... װעלװלען דעם שוםטער האט עם אונטערגעהויבן פון ארט, װאם באלע־ מוטשעט ער, ם׳איז דאך אײגענע מענטשן: האט ער זיך פלינק א דרײ אויס געגעבן פון רעדל׳ אויסגעשטרעקט ם׳שטעקעלע אדיף פארוים און גענומען שפאנען מיט האםטיקע טריט. װען ער איז נענטער צוגעקומען צו דער חברה, האבן זיך זײנע טריט םארפאמעלעכט און דער כח פון גײן האט זיך אין אים אײנגעלעגט. פאר צעמישטקײט האט ער, אנשטאט צו רעדן, געגעבן אײנעם א צי בײם ארבל, אויםגעשטעלט א פאר פארטײעטע, שטומע אויגן און יענעם אײנגערוימט מיט א הײםן קורצן אטעם : קלמן ברודער, זאג מיר דעם אמת, װי האלט עץ, מיר מעגט עץ אלץ זאגן, יאך בין דאך נאך פון די נאנצן פינפער... און אויב עץ באדארפט, שטײ יאך הײנט אויך צו... װעלװל שוםטער, א ײד שוין באלד א פופציקער, מיט א קאלט, געשטופלט, רוצחיש פנים׳ מיט א לאנגער, װײסער בארד, װי ער װאלט זי אװעקגעגנבעט ערגעץ בײ א גוטן ײד און מיט א פאר פעסטע, ברײטע פלײצעם, איז דורך זײנע אײגענע רײד געװארן אויפגעלײגטער און הײמישער. װען ער האט גערעדט האט אראפגעטריפט פון זײנע דיקע, פלײשיקע ליפן אין דער לאנגער, װײםער בארד. זײנע אויגן װי נאך א כוסד״ האבן א בלינצל געטון מיט כח אין די שטופלען פון זײן פנים האבן זיך אנגעגאסן מיט בלוט׳ מיט גבורד״ ער האט א נעם געטון דעם ײנג אונטערן ארעם און װי אן אײגענער גענומען מיטגײען... און װעלװל שוסטער האט טאקי נישט קײן חרטה געהאט אויף דעם מיטגײן, װארום באלד איז ער געװאר געװארן אלע סודות : חברה גרײט זיך אויף א רעכטן אמת איבער־ צונעמען דאם שטעטל אונטער זײער ממשלה... דער פון דער קרײזשטאט מיט נאך עטלעכע מאן ארבעטן שוין אויס א םדר װעגן דעם אין פאראײן... און נאך הײנט אויף דער נאכט װעט מען האלטן רעדעם אין דער שול און מען װעט דערנאך