373 ימשה יאסל סמאלארזש — פון זײן ליטערארישער ירושה 374 גײן מיט םענער צום מאגיםטראט... אײן מורא איז נאר דא פאר די עטלעכע ״גולאנעס״ נאר מ׳װעט אויך זײ בײקומען... נאענט צו פארנאכט האט שוין דאם גאנצע שטעטל געװוסט, װאס עס גרײט זיך׳ און װען די ױנגען מיט יאםל װעבער בראש זענען ארײן אין עטלעכע שניט־קראמען און געפאדערט םחורה אויף פענער, האט מען זײ בלית־ברירה געגעבן. דאם איז געשען נאכדעם, װען ם׳האבן גענומען ארומזשומען אין דער לופט קלאנגען׳ אז נאך אין מיטן דער נאכט איז דער קאמענדאנט מיט די עטלעכע זשאנדארמען עוקר געװען, און אז דער פרעמדער ױנג דער שליח פון דער קרײזשטאט מיט נאך עטלעכע פארשוינען זענען ארויף אויף דער ״קאמעגדע״. צװישן די רעדלעך אויפן מארק איז פון אט די קלאנגען געװארן א מהומה, אן אױפרודער, מענטשן זענען געלאפן פון אײן רעדל צום צװײטן און אומעטום האט מען זיך אנדערע מעשױת אנדערצײלט. אט האט עמעצער באמערקט, װי אין די פענצטער פון דער ״קאמענדע״ שאטענען זיך סילװעטן פון צױוילע פארשוינען׳ א דערשראקענער האט ער זיך מיט פארקװעטשטע אויגן װי ער װאלט דאם דעמאלט נישט געװאלט צוזען — א רים געטון פון ארט און גענומען לויפן. נאך אים האבן זיך א צעשאט געטון אלע רעדלעך
און מען איז אראפ פון מארק. באטריבטע און פארזונקענע אין אומהײמלעכע רעױנות, איז מען ארײן אין די שטובן. איצט איז מען דאך טאקע הפקר, האט די שרעק געװאיעט אין אלעמענס אויערן. עפעס איז נישט אייגן געװען די האפערדיקײט פון די ױנגען און פרעמד זענען געװען זײערע דרכים... א שװערער שטילער פארנאכט האט װי מיט א שװארצן שאל אײנגעהילט ס׳שטעטל, די היױלעך אראפגעװאקסענע׳ אײנגעהויקערטע האבן זיך אין אימה געטונקט, געטוליעט צו דער פינצטערניש... אפילו ײדל מםור מיטן רויטן אנגע־ פרעסענעם פנים, װאם האט דורך דער גאנצער אקופאציע־ צײט אײנגעזויגן אין זיך ס׳בלוט פון די שטעטלדיקע ײדן׳ האט זיך איצט אינם קורצן פוטערל מיט די שװארצע כראמאװע שטױועלעך׳ געדרײט א פארלוירעגער אין די הינטערגעסלעך. נאר די ױנגען האבן מיט הילכיקע, בשורה׳־ דיקע טריט געאײלט אין דער שול ארײן צו דער פארזאמלונג. נאך זײ זענען אין געאײל נאכגעגאנגען א געזעמל בעלי־ מלאכות און דרײ פארחושכטע, אויסגעהונגערטע פארלאזענע װײבלעך װעמענס מעגער זענען אפגעגאנגען מיט בלוט אין דער מלחמה... פװ זיױ בור ״הײם און פרעמד״ דער הענגר־לאמפ
א זומערדיקער פארנאכט: דער בין השמשות איז א טי־ פער און העל־בלויער. ער פארפלעכט זיך צװישן די הײזלעך פון מײן שטעטל. א מילדער, אן אפפרישנדיקער און א לוי־ טערער םומיעט ער מיט א געפליסטער פון א שטילן קװאל ארײן אין די צעעפנטע פענצטער. פ־ן די הײזלעך קומען ארויס ײנג און אלט. קינדער שפילן זיך אין מארק, אין די געסלעך און אויף די לאנקעס ארום דעם לויפנדיקן טײך. זײערע זינגענדיקע שטימעלעך פילן אן דעם בין השמשות מיט הויפנם הײמלעכקײט. איך געפין זיך אויך אויף דער גאס, כ׳גײ פון חדר. א טײל קינדער פאר־ טשעפן מיך, רעדן מיך צו, אז איך זאל זיך מיט זײ מיט־ שפילן. איך בלייב שטיין מיט זיי א וויילע, נאר באלד גיב איך זיך א רים פון ארט — איך האב זיך דערמאנט, איך מוז אהײמגײן, מײן מאמע זיצט אלײן... איך האב זײער גערן און שטארק ליב מײן מאמען, נאר ס׳איז מיר נישט הײמלעך מיט איר... זי געפעלט מיר זײער מײן מאמע. זי איז א שײנע, נאר א פארטרויערטע. זי שװײגט זײער אפט. זי איז אן אלמנה און זי שעמט זיך דערפאר... ״א זינדיקע מוז זי זײן״ — זאגט זי... — איך האב עס געהערט אמאל, װען זי האט זיך פאר א שכנטע פארטרויט. מיר טוט שטארק װײ פארװאם מײן מאמע זאגט אזוי. הגם איך בין זיכער, אז ס׳איז נישט אמת.
איך קום אן אין אונדזער הויף ארײן און בליק ארויף צו אונדזערע צװײ פענצטער. אײנס איז פארמאכט און טונקל װי א דנא פון א ברונעם און דאס צװײטע איז אפן און ס׳זיצט דערין מײן מאמע• אירע שװארצע געקרײזלטע האר זענען פארדעקט מיט א בלויער קופקע. איר פנים איז איצט לויטער- מילד, נאר אויסגעבעט מיט אומעט. איך קוק גלײך איר אין פנים און זי זעט מיך נישט. איר בליק איז צוזאמענגע־ שפינט מיטן וױיטן האריזאנט, װעלכער דרימלט שלװהדיק הינטער דעם שװארצלעך־גראנאטענעם װאלד, װעלכן מ׳זעט דורך אונזער פענצטער. איך עפן אויף שטיל די טיר. די פינצטערניש פארפלאנטערט מײנע טריט, די פינצטערניש שפארט זיך ארײן אין מײן מויל און מיר װערט ענג אין דער קעל. אויך די שטוב איז איצט אן ענגע. די װענט זענען אזוי נאענט צוזאמענגעפרעסט, אזש איך װאקל זיך קוים אדורך די ערשטע שטוב און אן אטעפ לויף איך צו צו מײן מאמע. איך שרײ אומישנע הויך אויס : — א גוטן־אװנט מאמע ! מײן מאמע ענטפערט נישט באלד, זי פלעכט סריער ארום