Original scan
Original memorial-book scan 192
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-794

375 פ נ ק ם כ מ י ע ל נ י ק 376 צוױי קילע הענט ארום מיץ קאפ, פרעסט צו אירע ליפן צו מײן שטערן און שעפטשעט * — א גוט יאר מײן קינד. אויפן טיש איז אנגעגרײט עסןי װאש דיך און עס. — זי װערט באלד אנטשװיגן און פארשפינט װידער איר בליק מיטן דרימלדיקן האריזאנט. װעמען זוכט מײן מאמעם בליק — איך װײס עס. זי זוכט מײן פארשטארבענעם טאטן. איז ער דען איצט דארט אין םאמע עק פון שװארצלעך־גראגאטענעם װאלד? איך װײס גישט, אפשר יא, אפשר גישט, נאר אז מײן מאמע איז נישמ מיט מיר, דאס פיל איך. זי איז דארטן און איך בלײב אלײן... איך הויב אן עםן און ס׳באקומט מיר נישט. יעדער ביסן װערגט מיך און לײגט זיך מיר שװער אויפן הארץ. איך גיב א בליק אויף דער מאמע, זי זיצט װי פארגלױוערט, יװי א דערופענע און זי װערט מיר איבעריק און פרעמד. איך קער שגעל אװעק מײן בליק פון איר און נעם װידער עסן• איך עם איצט װי צו להכעיס, אן שום הנאה.

passage_2571de6d01d7d22ada2ae288
Passage 2normalized OCR · source chars 796-1367

אין דער שטוב איז פינצטער און איך האב נישט װו די אויגן אהינצוטון. א־יף דער גרויסער, ברוינער שאנק מיטן גע־ שניצטן געזימס. װאם פארנעמט א פערטל שטוב, האב איך מורא צו קוקן. דארט אינעװײניק געפינט זיך מײן פארשטארבענעס פאטערס אגטועכץ : די זײדענע זשיפיצע, דער טיש־כאלאט און דער שװערער׳ סוברינענער פאלטא. די בעטן האב איך אוײ נישט ליב, ם׳חלומט מיר בײנאכט אין זײ שלעכטע חלומות. פון אנגעברוינטן קאפליאנעם אוױון פאלט א ברײטער, שװאר־ צער שאטן, װעלכער פארשלינגט א האלבן דיל און טשאטע־ װעט אויף מיר װי א שװארצער הונט. בלײבט מיר מער נישט איבער װי דער גרויסער קאלירטער הענגל־לאמפ, װאס הענגט

passage_e58165b6f7b1256043e1bd09
Passage 3normalized OCR · source chars 1369-2553

אין דערמיט שטוב, אגגעהאטשעט אויפן םופיט מיט פיר גאלד־ געלײשטע קײטעלעך. די קײטעלעך זענען װידער צוזאמענגע־ העקלט מיט העל־גלאנציקע מעשענע שטעקעלעך און אויך די רונדיק־װײס מילך־שײן, איז געפאסט אין א מעשענער רעם פון װאנעט ם׳באמבלט אראפ א בײטש מיט פארשידענע קאלירטע גלעזערנע קרעלן. דער לאמפ איז איצט באפינקלט. כ׳שימערט אויף אים א גרינלעכער אפשײן פון די שטערן. דער לאמפ איז איצט מײן אײנציקע טרײסט, ער גיט רו מיינע אויגן, אז איך פארמאך זײ, זעט זיך מיר אויס, אז ער לײכט אזא העלער, איא צעצונדענער װי די זון און מאכט הײמלעך אין דער גאנצער שטוב. נאר ס׳איז גענוג, אז איך גיב א בליק אויף דער מאמע און דער לאמפ זוערט מיטאמאל אױסגעלאשן. דאמאלס שרײ איך אוים א ברוגזער פול מיט פארװורף : — מאמע, אינדרויסן איז אזוי הײמלעך און הינע איז פינצטער. מײן מאמע גיט א ציטער און זי פארענטפערט זיך: — כ׳האב געמײנט, אז דו עסט נאך. װילםט אראפגײן, קים• װעט מען גײן. מײנע אויגן װערן פלוצלינג פײכט, אין קעל װערט מיר הײם און איך לאז אראפ דעם קאפ אויף דער קני• די מאמע שטעקט אן א פאר טיכענע לאטשן, הילט זיך אײן אין א טיכל. זי טוט עס אזוי אומגערן, אזוי באלעסטיקט. אז מיר זענז זיך אויס — איך בין קראנק און זי גײט מיט מיר צום רופא. אדער גאר מיר קלויבן זיך צו גײן צו א קראנקן קרוב, אדער גאר מיר גײען אקעגן סתם אן אומגליק.

passage_54baadc2370e9878db413e08
Passage 4normalized OCR · source chars 2555-2779

װען מיר קומען אראפ אין געסל, הילכן אונדז אנטקעגן א גרופע אינטימע חבריפ פון מ. י. סמאלאזש. שטײען : מײטשע גראנעק, בעניעק טאוב, קלמן מיעדזיגורסקי, פעםל װײנבערג. זיצן : דינה זריצקי, הינדע זאנשײן, הארש־מאיר דזשארע, חוה װײנבערג.

passage_f19b1c7b92f1fac8c8414732