Original scan
Original memorial-book scan 196
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-793

383 פ נ ק ס כ מ י ע ל נ י קי 384 א טײערן חלום. דער טאטע זאל זיך לויפן מיען איז דא געװען. ער האט מיר א רפואה געגעבן צו שמעקן : — א׳ װאם פאר א טײערן געשמאק — עטעמט מײן מאמע טיף אפ. איך העלף דער מאמען זיך אױפהויבן, נאר איר קאפ זינקט װי א שטײן אראפ אויף דעם קישן. זי שמײכלט אומבאהאלפן װי א קינד. איר פנים איז איצט באהויכט מיט א שלאםע מנוחה. פון מײן מאמעס חלום װערט מיר לײכט אויפן הארץ און א שיכורע װארעמקײט צעגײט זיך אין אלע מײנע איברים. איך צינד אן די לאמפ און דער פראםט אויפן פענצטער הערט אויף צו גלאצן אזוי בײז. די מאמע רוקט זיך העכער ארויף אויפן קישן און זי זאגט צו מיר, אז איך זאל איר דערלאנגען א שפיגעלע. מיר איז דאם אביםל חידושלעך, מײן מאמע שפיגלט זיך קײנמאל נישט. מיט ציטערדיקע פינגער שארט זי זיך ארונטער די שװארצע צעשויבערטע האר אונטער דער ראגװוקע און שפיגלט זיך לאנג און פארטראכט...

passage_634cc79866591e029db737a5
Passage 2normalized OCR · source chars 795-1767

ס׳עפנט זי אויף די טיר און ם׳קומט ארײן מיט אן אײז־ פארפרוירענער בארד, דער פעטער אברהם. זײן פנים איז רויט, אויסגעצװיקט פון דעם פראסט און זײנע גרויע אויגן זענען אים אויסגעצװאגן פון װינט און איבערגעלאפן מיט טרערן. ער שלעפט זיך קוים אויף די פים, אזוי מיד איז ער, ער איז נאר װאס געקומען פון דארף. כל ימױ קריכט ער ארום איבער די דערפער, פאררעכט, פארלאטעט פויערשע בגדים און ברענגט דערפאר אביסל הירזש, אביםל מעל און פארשידענע אנדערע שפײזן. ער האלט טאקע איצט אין די הענט עטלעכע טארבעלעך און זוכט אן ארט װו זײ אװעקצי״ לײגן. אװו נאר ער זעט א פלעשעלע, פרעגט ער מיך צי דאס איז אויך א רפואה. װײזט אויס, אז ער װיל נישט לײגן זײנע טארבעלעך אויף אײן ארט מיט די מאמעס רפואות. ער זעצט זיך נעבן דער מאמען. זײן פנים טײעט אויף פאר גערירטקײט. ער פרעגט איר װי זי פילט זיך. די מאמע דער־ צײלט אים דעם גוטן חלום. א דערפרײטער רעדט דער פעטער אברהם אויפן הויכן קול : — װעםט זען שװעםטער מײנע, אז גאט װעט העלפן. — הלװאי — ענטפערט מײן מאמע מיט א טיפן זיפץ. דער פעטער אברהם טוט זיך אוים דעם גרינעם אפגעשא־

passage_c31f8f18769f7e2ecdc78ae4
Passage 3normalized OCR · source chars 1769-2901

סענעם װינטער־פאלטן, זעצט זיך פארן אויװן און נעמט מיך אויף זײן שוים. א פרײד קװעלט אויף אין אלע מײנע איברים. איך פארשטעק מײנע אויסגעפרוירענע דלאניעס אין זײן גרוי־ שװארצער געדיכטער בארד און קוק אים גלײך ארײן אין זײנע קלארע, אויפגעלויכטענע אויגן. ער גלעט מיך מיט זײנע שװערע, צעפאדעטע הענט איבערן פנים און אין א װײלע ארום דרימל איך פאר מידיקײט אײן אויף זײן שוים. א יללהדיק געװײן און אפגעהאקטע, פארשטיקטע נארכלען• בויערן זיך, עקבערן זיך ארײן אין מײן הארץ. איך כאפ מיך אויף — א פולע שטוב מיט מענטשן און א ליכטיקײט בליצט פון אלע װינקלען, איך װער צעמישט — ״א גאט, װאם איז עס מיטאמאל אזא ליכטיקײט אין אונדזער ארעמער, פינצטע־ רער שטוב און פונװאנען האבן זיך איצט עם צוזאמענגענומען אזוי פיל מענטשן, אזוי שפעט ביינאכט ?״... ם׳הארץ טיאכקעט אין מיר, אזש א שװײם זעצט ארוים אויף מײן פנים. צװײ װילד־פרעמדע װײבער מיט אויםגעצויגענע גרינע פנימער. מיט פלאטערנדיקע אויגן און מיט צעשויבערטע האר לויפן צו מיר צו, שלעפן מיך בײם אקסל און װײנען און שרײען ארײן אין מיר — אויםגעװײקטע, אויפגעשװאלענע װערטער : — לויף זאג תהלים פאר דײן חרובדיקער מאמע, אפשר אין דײן זכות, װעט גאט צערײסן דעם בייזן גזר — ?ײ צע־ כליפן זיך מיט אועלכע באנומענע קולות װי אויף א גוט־ארט.

passage_3bd813eaccad51bdcd2c9a6c
Passage 4normalized OCR · source chars 2903-3989

איך פאק מיך צו צום בעט. צװײ הענט — צװײ געלב־ פארשלאפטע הענט שטרעקן זיך מיר אקעגן װי צװײ װאקסענע ליכט. מיט א ציטער אין הארץ ריר איך אן די הענט. זײ זענען קיל און נאס פון שװײס... צװײ ײרן מיט אנגעצונדענע ליכט אין די הענט, נעמען אװעק מײנע פינגער און זאגן שטרענג : — ניטע, מען טאר נישט. מײן גוף גיט זיך א קורטשע, איך בין זיך משער — די מאמע שטארבט. זי ליגט מיט פארגלײזטע אויגן, מיט פאר־ האקטע צײן. איר פנים איז פײכט און געל, נאר בלויז איר שטערן איז רויט צעברענט װי א ציגל און ס׳בלעזלען זיך אויף אים גרויסע טראפנם שװײס. די מאמע שנארכט, כארכלמ און איר הארץ פארט װי א ראד ארויף און אראפ. אין דער שטוב, פארשטארקן זיך די יללות. די מומע פראדל, דער מאמעס עלטסטע שװעםטער, שטײט מיט אן אראפגעריסענער קופקע׳ יאמערט שטיל און האקט זיך דעם קאפ אין דער הוילער װאנט. דער פעטער אברהם שטײט אינדערמיט שטוב א פארגליװערטער. די בארד פינצטערט זיך אראפ פון זײן פנים און אין זײנע אויגן ציטערן טרערן. די באבע הינדע מיטן צעקנײטשטן געלן פנים זיצט אויף א בענקעלע און ציטערט װי א פיש, פינטלט׳ קװעטשט מיט אירע האלב־אויםגערינענע אויגן און שרײט אויס יעדע רגע מיט געבעט און געבײזער : — אוי רבונו של עולם׳ אוי רבונו של עולם•

passage_75a54e770763be45c9846a7a
Passage 5normalized OCR · source chars 3991-4689

נאר איך אלײן װײן נישט. איך שטײ נאך אלץ א צעמישטער און גאפיע חסר־ועהדיק אויף מײן גוססדיקער מאמע. איר יעדן שנארך, יעדער כארכל, רײפט ארום׳ קלעמט מײן הארץ און װארגט מיך אין דער קעל• די מאמע הערט אויף צו נארכלען. איר שטערן לעשט זיך אוים און װערט בלוילעך װײס. אויך איר פנים װערט רואיק׳ הערט זיו אויף צו קורטשען. נאר אירע הענט בלויז האבן נאך אלץ נישט קײן רו. זײ שטרעקן זיך׳ ציען זיך אויס. װאס אמאל לענגער און דארער. ארום איר בעט שטעלט זיך ארום א מנין ײדן מיט אנגעצוגדענע ליכט. ם׳ווערט אוים־ טערליש ליכטיק. די מאמע מיטן בעט נעמען זיך װיגן, שװימען װי אױף א גאלדענעם טייך. מײן הארץ הויבט זיך אן מיט־ װיגן, מיטשװימען און פאר מײנע אויגן געמען לויפן שװינדל־ דיק שנעל, בלוי־גאלדענע רעדער. פלוצלינג גיט די מאמע א

passage_9202c0c503822f4be92dfdc3