Original scan
Original memorial-book scan 197
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-1084

385 משה יאםל םמאלארזש — פון זײן ליטערארישער טעטיקײט 386 טיפן כארכל׳ איר אויבערשטער האלבער קערפער גיט א צאפל װי א פיש אויף דער יבשה און פאלט צוריק אן אטעם מיט א זעץ אויפן קישן. די שטוב גיט זיך מיט מיר א צעהוידע און אלץ אין מיר װערט פארקײכט און שטום... א פארשנײטער, בלויער פארטאגם גאפט פארטײעט ארײן אין דער שטוב און הילט אפ דאם צעריםענע, שװארצע חתונה- קלײד׳ װאס דעקט צו דער מאמעם טויטן, פארשטײפטן גוף. די צװײ פארטריפטע, מעשענע לײכטער מיט די ברענענדיקע ליכט, װאם שטײען צוקאפנם, טוליען זין־ אײן אין דער בלוי־ קײט און מילדער װערט זײער ליכט. אין אלע פארװײנטע אויגן פון די מענטשן װאס זיצן אויף נידעריקע בענקעלעך ארום דער מאמען — גיסט זיך ארײן די בלויקײט. א קילעניש ציטערט אויף זײערע איברים און מאכט זײ װאכעדיק. די ערשטע װיגט זיך אויף די באבע, מיט אירע האלב־אויםגערינענע אויגן מעםט זי אוים די גאנצע לענג פון דער מאמעם טויטן פאר־ שטײפטן גוף. טרערן נעמען פלײצן פון אירע אויגן און זי שעפטשעט פארשטיקט און צעבראכן? — מײן כשר קינד, מײן ליכטיקע נשמד״ װו לאזטו מיך אלײן אויף דער װעלט. די באבעס קול איז איצט לויטער און פארבענקט און אירע הענט ציטערן װי אפגעדארטע צוױיגן ארײן אין בלויען פאר־ טאג.

passage_a40c369a408dcff2dab901b4
Passage 2normalized OCR · source chars 1086-2084

דער פעטער אברהם שטײט אויף פון בענקעלע, בויגט זיך אײן װי א ליכט איבער דער מאמע• זײנע גרויע אויגן צעעפע־ נען זיך, הארכן זיך א רגע אײן און שוױיגן פארקלערט. נאר זײן פנים בלאזט זיך׳ לויפט אויף מיט שטומע, פארפײניקטע גרימאםן, די בארד נעמט בײ אים ציטערן, ער עטעמט שװער. פארברעכט די הענט און צעהעשעט זיך אן װערטער װי א קיגד. די מומע פראדל װארפט נאך אלץ מבוסם איר קאפ, איר גוף שאקלט זיך מיט׳ איר פנים איז בלאס, אויםגעצויגן און פארקראמפט. פון צװישן די פארביםענע צײן רײםט זיך אדורך איר קול, הײזעריק און הויל׳ װי פון א גרוב. איך קוק זיך אום איבער דער שטוב. אלע זאכן גלאצן צו מיר פרעמד און שרעקן מײן בליק. בלויז דער בלויער פאר־ טאגם׳ װאם הענגט אויפן פענצטער׳ פארטײעט אין זיך מײן בליק און דעקט צו װי מיט א פוך מיין פארװײטיקט הארץ... צוריק פװ בית־עולם לאנג, זײער לאנג האט געדויערט דער װעג צוריק פון בית עולם, דער וויים־בלויער בלישטש פון טיפן פארפרוירענעם שניי, האט געבלענדט אין די אויגן און געװאקלט די אייז־ קאלטע׳ אונטערגעהאקטע פיס. מיר זענען געגאנגען אהײם. נאר צי איז דען נאכן בית־עולם פאראנען גאך א הײם ?...

passage_0c8649ab015ae786f5a2c5a1
Passage 3normalized OCR · source chars 2086-2896

שטיל איז דער ארום׳ נאך גרעםער איז די שטילקײט אין מײן הארץ. מײן הארץ קלאפט נישט, נאר שװײגט װי אן אײנגעטוליעטע טויב אויפן שפיץ קלויםטער פארנאכט. נאבן פארשיטן מיט די הארט־פארפרוירענע׳ לײמיקע גרודעס ערד מיץ מאמעס קבר — איז אויך אזוי שטיל געװארן אויפן גאנצן ביח־עולם. דער שנײ האט אײנגעזאפט אין זיך אלע געשרײען׳ מײן קדיש זאגן׳ א צײט לאגג געסקריפעט אונטער די פיס׳ טונקל געװארן און דערנאך צוריק אויפגעגאנגען וױיס און שטיל. מיך פירט בײ דער האנט דער פעטער אברהם. ער עטעמט שװער און דעכעט. זײן פנים׳ די אויגן׳ די בארד, זענען אויס־ געלאשן און טונקל גרוי װי אש. ער גײט׳ באװעגט זיך שנעל און קומט גישט פון ארט. אוגטער אונדז קוילערן זיך מיט אראפגעהאנגענע טיכלעך איבער די פארװײנטע אויגן׳ די באבע און די מומע. די מלװים צעגײען זיך. מיר בלײבן אלײן. פאראנען געם־ לעך׳ הײזלעך׳ א מארק׳ נאר מיר געפונען זיך װי צװישן הימל און ערד...

passage_f48d5bdab5fb213c5ea60aeb
Passage 4normalized OCR · source chars 2898-4060

אין אונדזער שטוב איז איצט אויפגערוימט ז אויפן דיל איז אײסגעשאטן געל זאמד׳ איז װינקל בײ דער טיר ליגט צונויפ־ געקערט ם׳שטרוי׳ װאס איז געלעגן אויםגעשפרײט אונטער דער מאמעס גוף. דער שפיגל איז פארהאנגען מיט א װײם לײלעך׳ אויפן פענצטער צאנקט און קאפטשעט ס׳קלײנע נאפמ־ לעמפל׳ דערנעבן שטײט א גלאז װאסער און צום בײשטודל איז צוגעשפיליעט א װײם שטיקל לײװגט. נאר דאס בעט׳ דער מאמעם בעט, איז צעװארפן, אויפגעריםן װי א געשרײ און לײדיק װי אן אויםגעהוילטער בוים... װי אן אורח שטײ איך אינמיטן שטוב. צו װעמען בין איך דא ארויפגעקומען י פארשעמט און ברוגז שטײט דער טיש׳ דאס סחורה־שענקל, דער אוױון און אלע זאכן אין דער שטוב• די מאמע װעט מער גישט מיט ציטערנדיקע׳ תפילהדיקע הענט אקעגנטראגן דעם טיש דאס ארעמע אויםגעהארעװעטע ברויט, זי װעט מער גישט ארײנשארכן אין דעם םחורה־ שענקל, וױ אין אן ארון קודש ארײן די שטומע זארג פון אירע ליפן. און אויך דעם אוױון װעט זי מער נישט אײנפײערן, ארײנבלאזן אין אים איר אטעם׳ אז דאס האלץ זאל זיך צע־ פלאקערן און ם׳זאל אביםל הײמלעכער װערן אין דער שטוב. די באבע, די מומע און דער פעטער לאזן זיך געבויגענער־ הײט אראפ אויף נידריקע בענקעלעך, זײערע קעפ װי בײ מידע פערד, באמבלען זיך אראפ הענגנדיקע צום דיל. א׳ ס׳איז זײ מסתמא אזוי גוט אויסצוטארן זײערע בליקן אויפן דיל.

passage_fd8782f35533d06c0170fda3
Passage 5normalized OCR · source chars 4062-4192

אין מערב־זײט גויםעט א רויטע׳ פארגלױוערטע זון. דער טאג שװימט אפ. פון מײנע אויגן רינט דער עלנט און דער װײ ארײן אין בלויען פארנאכט. -

passage_97a5c529f54d007b651f5f26