משהדאמב / סילועטו (לאנדאן) מערסטנם זענען זײ געקומען אין אסיען־צײט װען ם׳האבן געיאגט שדישע װינטן, די טעג פארװאלקנט, קורצע׳ די נעכט טיף־חושכדיקע. ס׳האט זײ געצויגן און געלאקט אונזער רײכער הויף, מיטן ריח פון די געפארבטע בריטשקעם, געװיקלטע װײםל־קוישן אויף די װעגענער, אויםגעמישט מיטן ריח פון פערד־שטאלן. זײ האבן געבענקט צו די ײדישע און גויאישע דינםטן, אראפצורעדן זיך פון הארצן זײערע אײביקע צרות.
צארקע, די בײגל־הענדלערין, איז תמיד געבליבן שטײן אין מיטן הויף, אן אויםגעמאטערטע, א מידע, פון שלעפן א פולן קויש מיט בײגל און זעמל. צארקעם פנים האט טאקע אוים־ געזען װי א זעמל מיט מאן. אײגגעדארטע קין־באקן׳ מיט פיטשינקע אויגעלעך, איר גאמבע פארריםן, אויפן פנים פיטשיגקע שװארצע פינטעלעך. פון צעקנײטשטן, דינעם האלדז האט ארויסגעשטארט דער גארגל, װי א םענק. א נעזל װי בײ א ױנג הינדעלע, און תמיד אן אפן אנצײניק מויל. צארקע איז געװען א ײדענע פון א יאר אכציק. זי איז נישט געגאנגען, נאר געריטשט מיט די דינע פיסלעך. אויף איר קאפ האט זי געטראגן אזא ראזע וױיםע קופקע, װי א מאן־בלום. װען דער װיגט האט איר אראפגעיאגט די קופקע, פלעגט זי בלײבן שטײן א שטײפע, מיט אויםגעצויגענע הענט פארויס, און קוקן פארוים װײט, און שװײגן, װארטן ביז עמיצער װעט קומען און צוריקברענגען די קופקע. אז זי פלעגט אזוי שטײן, א מידע, פלעגט צוקומען א ױנג קעלבל צום קויש מיט זעמ,ל און לעקן דעם זאלץ פון די זעמלם אויבערפלאך. דערפאר פלעגט צארקע זיך אנלענען אויפן קעלבלם פלײצעם. אז דאס קעלבל האט זיד אנגעזעטיקט, האט עם געגעבן פלוצלינג א האצקע אװעק, אזוי אז צארקע איז באלד אומגעפאלן אין דער בלאטע ארײן, ביז מען האט זי דערזען׳ און ארײנגעפירט אין קיך ארײן. אין קיך האט זי באלד געקריגן א הײסן טאפ טײ מיט מילך.
װען צארקע האט געהאלטן דעם טאפ טײ מיט אירע ציטער־ דיקע הענט און געזיפצט, פלעגט שטענדיק אנקומען קלמן מעקלער. דאם איז געװען א מאדנער ײד, א טונקל־געלער, מיט א רויט רונדיק פנים, א שיטער רויטלעך בערדל, שלעכטע ברוגזע ביער־אויגן, תמיד געקוקט אראפ, און שטענדיק זיך געקריגט מיט די ײדישע דינסטן. מיט די גויאישע דינסטן שטארק מורא געהאט זיך צו קריגן פלעגט זי פארבײלויפן, אויםשפײען און זאגן, װי צו זיך ״ימח שמו״. כ׳האב שטענדיק ליב געהאט צו שמעקן צו זײן פעפער־ שטעקן, מיט וױיםע שפרינקעלעך. דערפאר האט ער דעם שטעקן קײנמאל נישט ארויםגעלאזט פון האנט. ער האט מורא געהאט מען זאל אים נישט אמאל אײנבײגן. אבער װען צארקע איז געװען אין קיך פלעגט ער שנעל דעם שטעקן אװעקשטעלן אין װינקל נעבן דער טיר און לאנגזאם זיך צוגנבנען צו צארקעס קויש מיט זעמל, אײנגעבויגן דעם קאפ, שנעל ארוים־ ציען עטלעכע זעמל און בײגל, ארײנפאקן אין ראק־טאש, און שנעל כאפן דעם פעפער־שטעקן, אומקוקנדיק זיך גיך און אנטלויפן, און אויפן װעג לאנגזאם גריזשען די בײגל, און נערװעז זיך ארומקוקן. צארקע האט דאם קײנמאל נישט געװוםט, װײל מײן מאמע פלעגט איר סײ־װי פאר אלע בײגל באצאלן. אז קלמן האט שוין געהאט אויפגעגעסן די בײגל׳ פלעגט ער זיך אנלענען בײם בריקל און װארטן ביז צארקע װעט צוריק־ ר׳ אלי שלאכטשיץ דער כמיעלניקער שדכן
גײן, מיטן געלט פון די בײגל, און פלעגט צו איר זאגן * ״צארקעשי קרוין, געטץ מא א פאר גראשן, כאטשבי ביז מארגן, װעל איך פאר אײך זאגן תהלים אויף לאנגע געזונטע יארן״... צארקע איז געװען בטבע א גוטע, האט זי אים געגעבן א פאר גראשן און דערבײ דענקענדיק אויף קלמנען אלס גוטן ײדן. יעדן זונטיק נאכמיטאג איז צו אונדז געקומען בראנע די באבעס־הענדלערין. דער נאמען בראנע האט איר געפאםט, װײל איר פנים איז געװען ברוין, װי אן אויםגעזאטענע באב. גערעדט האט זי מיט א שטיל, היױעריק קול, אײביק דער־ צײלט װאס פאר א צדיק און לערנער איר מאן איז געװען. ערלעך פארדינט זײן געלט בײ מלמדות, און זי האט געזאטן באבעם פאר די קינדער. װען איר מאן איז אפגעשטארבן, איז