Original scan
Original memorial-book scan 199
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-1151

389 משה דאמב — םילועטן 390 זי אזוי א גאנצע װאך יעדן טאג ארומגעגאנגען אין די הײזער פארקויפן באבעס. זונטיק איז זי געקומען צו אונדז׳ וײיל זונטיק פלעגט קומען צו אונדז יאםל דער פאכטער׳ נעמען די מילך׳ און יאסל פאכטער איז געװען אן אלמן, פלעגט בראנע װארטן ביז פארנאכט, װען יאסל איז געקומען מיט זײנע מילך־קאנען. זי פלעגט אים גלײך דערלאנגען א האגט מיט װארעמע באבעם און אזוי ארײנרעדן אין אים װעגן איר מאן יצחק מלמד, און פארװאם יאסל זיצט אזוי אליץ און װיל נישט חתונה־האבן. װען יאסל האט שוין געהאט פולע קאנען מיט מילך און גענומען גײן אהײם, פלעגט בראגע שנעל צוזאמענ־ געמען אירע גראשנס פאר די באבעס, און נאכלויפן יאםלען מיט נײן מאס רײד... פרײטיק נאכמיטאג פלעגט צו אונדז קומען דער משוגעגער דוד, א ײד א גרויםער למדן, מיט א הדרת פנים, א בלאנדע בארד און פיאות, גרינע קלײנע אויגן. אויפן קאפ געטראגן אין װינטער א ספאדעק, אין דער האנט געהאלטן א גראבן םענקע־ װאטן שטעקן, און שטענדיק פלעגן די היגט אממײנסטן אויף אים בילן, און ער האט דאם זײער ליב געהאט, כסדר גערײצט די הינט מיטן שטעקן, און דערבײ צופרידן געלאכט• אבער פיל מאל זענען די הינט געװען קלוגער פון דודן, ארויפגע־ שפרונגען פון הינטן אויף דער פלײצע, אראפגעריםן א שטיק כאלאט. אויך פון דעם איז דוד שטארק צופרידן געװען.

passage_681223dd04d0a886e50efb04
Passage 2normalized OCR · source chars 1153-2172

דוד האט זײער ליב געהאט קינדער. האט ער אונדז אײביק דערצײלט מעשױת װעגן הערשעלע אםטראפאלער, שמחה פלאכטע, כעלעמער נאראנים. דערפאר האבן מיר קינדער אים כסדר געשטופט שטיקער ברויט אין דער לאנגער ברויט־ טארבע, װאם ער האט געהאט אנגעהאנגען אויפן ארעם. דער־ פאר האט אים שטארק געהאסט די גויאישע דינםט, מאגדא, װײל װען ם׳איז קײנער נישט געװען אין קיך, פלעגט דער משוגענער דוד צושפרינגען צו איר, ארומנעמען און זי תאוה־ דיק קושן און קנײפן. די שיקםע פלעגט זיך שעמען, פלעגט זי שװײגן. דערפאר פלעגט זי אנהעצן אויף אים די היגט. די הינט זענען גיריק אויף אים געלאפן, מיט א קנאהדיקן בילן׳ װײל דודם טארבע איז שטענדיק געװען פול מיט ברויט. אין די װינטערדיקע בין־השמשותן פלעגט זיך קוים ארײנ־ שטופן אין דער קיך־טיר חיה די דארפסגײערין. אויף איר געזונטע פלײצע פלעגט זי טראגן הינער, אײער, פעדערן, פוטער, קעז. קײנער פון די קינדער האט נישט געװוםט פון װאנען חיה קומט, און װו זי גײט. אין דעם פאק אויף דער פלײצע פלעגן זיך װארפן די פליגל פון די הינער. דער גאנצער פאק איז געװען פארדעקט מיט א גראבן שאל. האט אונדז קינדער תמיד געשראקן דאס באװעגן זיך אין דעם פאק.

passage_c69d39c9115d6589dc687651
Passage 3normalized OCR · source chars 2174-3214

די דינםטן פלעגן אונדז סטראשן, אז דאס טראגט חיה אויף די פלײצעם שלעכטע קינדער און זי פארקויפט זײ ערגעץ אין א דארף. דערפאר האבן אלע קינדער, ארום אונדזער הויף, געהאסט חיהן און זיך שטארק געשראקן. װען מיר האבן זיך געשפילט פארן טויער און מען האט געזען פון װײטן דעגז שאטן םון חיהן, זענען מיר הענדום־פענדום אנטלאפן און זיך באהאלטן ערגעץ אין די שטובן אין א מלבושים־שאנק. אײג־ מאל דערצײלט אונדז די דינסט, אז חיה װעט שוין מער נישט קומען. זי איז ארײנגעפאלן אין א טיפן װאםער בײנאכט, ערגעץ נעבן א געדיכטן װאלד. מיר קיגדער האבן זיך שטארק געפרײט מיט דעם; און פון דאמאלט אן האבן מיר זיך געשפילט ביז שפעט בײנאכט. אז מ׳האט געװאלט עמיצן אנםטראשן, האט מען געגעבן א געשרײ ״אוי, חיה גײט״... אבער חיה איז שוין קײנמאל מער גישט געקומען צו אוגדז. גוײם האבן געפונען איר קערפער ערגעץ בײ א װײםל־ברעג. אבער דאך האבן מיר געבעגקט נאך דער געשטאלט פון חיהן מיט איר געפאק אויף דער פלײצע. ס׳האט אונדז געלאקט דאם םודותדיקע װארפן זיך פון די הינער, איר אײביק שװײגן און דער פארהילטער קאפ מיטן פנים, עפעס אזא נישט טאג־ טעגלעך געשטאלט. גאך מער שרעק האבן מיר געהאט פאר ציפע די הײבאם.

passage_2526835140238a5b071c5e33
Passage 4normalized OCR · source chars 3216-4059

זי איז געװען א נידעריקע, א דיקע, מיט א רונדיק פנים, מיט גרויסע קעצישע אויגן, װאס האבן שטענדיק געקוקט פארוים און דערשראקן, און שטענדיק איז זי געװען געקלײדט אין שטארק שװארצע קלײדער, געטראגן אויף איר האלדז שװארצע טאפלטע קרעלן, אויפן קאפ געטראגן א פעך־שװארצן שײטל, און תמיד געהאלטן א שירם אין האנט. גײענדיק האט זי גערוקט מיט די פים, װי א שאטן. מ׳האט זי גערופן ציפע די מכשפה. ײדישע מאמעם האבן זי קײנמאל נישט גערופן אפנעמען זײערע קינדער. מען האט זי געהאלטן פאר נישט מזלדיק. אין איר שטוב האט זי געהאט א קאץ, זײער א גרויםע שװארצע קאץ מיט אן אפגעהאקטן עק. פיל מאל פלעגט די קאץ איר נאכלויפן. קינדער האבן געזאגט, אז דאס האט ציפע געבוירן די קאץ. ציפע איז דװקא געװען זײער א שטילע, א גוטע, זײער װײניק גערעדט׳ אבער איר פנים מיט די קעצישע אויגן, אין די שװארצע קלײדער, האבן איר געמאכט אריגינעל. און קינדער האבן שטארק מורא געהאט פאר איר בלויזן קוק אדער געשטאלט.

passage_a199a06deb110266bb115cf5
Passage 5normalized OCR · source chars 4061-4854

געװוינט האט זי ערגעץ אין באד־געסל, אין א קלײנער הילצערנער הײזקע. בײנאכט נאך צװעלף אזײגער, האבן װײבער זיך געשראקן אדורכצוגײן ציפעם הײזקע. שטענדיק האט מען געהערט מיאאטשן. דאס, האט מען געזאגט, זענען שדים געקומען צו גאסט צו ציפען דער הײבאם. אין דער .ױײבער־שול האבן װײבער אויםגעמיטן צו זיצן נעבן ציפען. מאמעס האבן זײערע קינדער באהאלטן הינטער די פארטוכער, כדי אויםצומײדן די בליקן פון ציפען, װײל ציפע האט שטארק ליב געהאט קינדער. אט דאם אלץ האט ציפען װײ געטון שװײגנדיק, אײנמאל איז ציפע אװעק צום שטעטלדיקן טײך, מיטגענומען איר קאץ, ארײנגעלײגט איז זאק אײין א שװערן שטײן און זיך געװארפן מיטן שטראם פון װאסער. מ׳האט נישט געװוםט װו ציפע איז ערגעץ אװעק• אין חדר האט מען זיך דערצײלט פארשידענע מעשױת װעגן ציפע דער הײבאם. ביז ערב פםח, װען זײנװל פישער מיט דער חברה האבן געפאנגען פיש, בײ פישל רובינם טײך, האבן זײ

passage_a66b8e4fc588ac037071950e