391 סנקם כמיעלניק 392 געפונען דעם קערפער מיטן זאק און שטײן פון ציפע דער הײבאם. דער נם חנוכה פון דער משוגענער לאנע אין יענע װינטער־טעג זעגען געװען װױענדיקע שנײען מיט גרויםע פרעסט. קופעם שנײ זענען געװען אנגעלײגט נעבן די שטעטלדיקע הײזקעם. דאם שטעטל האט אויסגעקיקט הויקער־ דיק און צעקרימט, די טעלעפאן־דראטן זענען געװען פאר־• פרוירן מיט שנײ. װי װײסע־לאנגע שטריק האבן זײ זיך געצויגן איבער די פארװיאנעטע מיט שנײ שאםײען. וװ־ניט־װו איז איבער די פארפרוירענע דראטן געהאנגען א געפרוירענער צום טויט פויגל. װאס נענטער צו חנוכה אלץ שטארקער איז געװארן דער פראסט. ס׳האבן געפלאצט די שינדלען אויף די דעכער, די שויבן זענען געװען מיט אײז־בלומען באדעקט, אין אײז־שטערנדלעד האבן געשײנט װי שטערן אין הימל. בײנאכט האבן היגט געװאיעט מיט אימה צו דער זילבער־ װײסער לבנה. קינדער זענען אין חדר נישט געגאנגען, מאמעס האבן זײ געטוליעט און געזונגען װינטער־לידלעך, און דער־ צײלט מעשהלעך װעגן װײטע, װײטע פארשנײטע װעגן, פעל־ דער, װעלדער מיט הונגעריקע װעלף, װאס קעמפן מיט װאלד־ גזלנים. קינדער האבן געמאכט דרײדלעך. אין שטוב איז געװען װארעם, װו־ניט־װו האט מען געהערט א ניגון : ״אויפן פריפעטשיק ברענט א פײערל, אין שטוב איז הײס, און דער רבי לערנט מיט די קינדערלעך קמץ אלף בית״
אין דער קיך האבן שוין מאמעם אױסגעלאזט שמאלץ אויף פסח, די גרױון האבן געקװאקעט און געזידט, מ׳האט געפרע־ גלט חנוכה־לאטקעס, און די טאטעס האבן דערצײלט דעם נם פון חנוכה, און בײ די פארפרוירענע װײםע פענצטער האבן זיך געלויכטן די חנוכה־ליכטלעך, און דעריבער האט מען װײניק מענטשן געזען אויף די גאסן פון שטעטל. נאר אײן משוגענע, לאנע, איז ארומגעלאפן א בארװעסע, מיט צעפלא־ שעטע פעך־שװארצע האר, און פאר יעדנס פענצטער גע־ בענטשט חנוכה־ליכט און געזאגט ״על־הנםים״. די משוגענע לאנע איז געװען אמאל א רײכע שײגע פרוי׳ מיט טונקעלע מאנדל־אויגן, פעך־שװארצע האר, און א פעסטע הויכלעכע פיגור. זי האט זיך פארליבט אין א ײדיש־רוםישן דאקטאר, װעלכער האט באזוכט דאס שטעטל מיט דער רוםי־ שער ארמײ זי האט געהאט מיט אים א הערלעך שײן קינד. אבער אין דער צײט פון דער רוםיש־יאפאנישער מלחמה האט ער געמוזט אװעק פון שטעטל מיט דער רוסישער ארמײ אויפן פראגט. נאכן אפװארטן לאנג, לאנג אויף איר געליבטן מאן האט זי פלוצליגג דערהאלטן א ידיעה אז ער איז דערהרגעט געװארן ערגעץ אין רוםלאנד. פון דעמאלט אן איז די שײנע לאהלע משוגע געװארן, געריסן זיך בײ די האר און גערופן זיך ״לאנע״, פארװארלאזט איר שײן קינד, ביז ם׳איז געשטארבן. זיגט איר קיגד איז געשטארבן האט זי כסדר נאכגעיאגט פרעמדע קינדער און פאר זײ געזונגען לידער און דערצײלט
מעשהלעך, אבער צום מײםטן פלעגט זי צולױםן צו די פענצטער און זינגען אזױ : ״אוי נאנע, נאנע, באהאלט דײנע קינדער װײל אונטערן פענצטער שטײט לאנע״... חנוכה האט זי אפגעװארט די חדר־קינדער און ארויסגעריםן פון זײערע הענט די קאלירטע פאפירענע לאמטערנס, און פלעגט זײ אזוי לאנג ארומדרײען אין האנט, ביז די לאמטערנס זענען פארברענט געװארן. דערבײ האט זי געזונגען איר באליבט לידל : ״קינדערלעך׳ מאכטם מיט די דרײדעלעך א שפילעכל אוי׳ בײ לאגע דרײט זיך דער קאפ װי א מילעכל״ װינטער פלעגט די משוגענע לאנע װוינען בײ בעריש בעקער אויפן פיעקעליק, פאר דעם פלעגט זי טראגן װאסער פון דער שטאטישער פלומפ. זומער האט זי געװויגט אין שטעטלדיקן הקדש. אט דארט אין הקדש האט לאנע צום צװײטן מאל חתונה געהאט מיט דעם שטאט־נאר ״שלמה דאקטאר״, װעלכער איז געװען א קלײנגעװיקסיקער מיט לאנגע שװארצע האר, און פלעגט אײביק טראגן א לעדערנעם בײטל אין האנט, און ארומלויפן איבער די שטעטלדיקע גאסן און זיך רופן שלמה דאקטאר. די גוײם פלעגן אים רופן אין שפאם ״פאניע דאקטאר םאלאמאן״. אבער אויך דער פארנאר־ טער דאקטאר םאלאמאן איז אײנמאל אװעק ערגעץ, און ער איז נישט צוריקגעקומען אין שטעטל ארײן. אט דאם טראגישע לעבן האט נאך מער משוגע־געמאכט דער שײנער לאהלען.
פויערים װעלכע זענען געקומען קויפן ברויט בײ בעריש בעקער האבן דערצײלט, אז בײזע װעלף האבן צעריםן דעם פארנארטן דאקטאר םאלאמאן, װאנדערנדיק ערגעץ טיף אין די װעלדער פון ״הײליקן־קרײץ״. פון דאמאלט אן האט די משוגענע לאנע געהאט א מורא־קאמפלעקם םאר װילדע װעלף. װען שואל פויער, דער דארפסגײער, איז אמאל געקומען אין שטעטל ארײן, חנוכה־צײט, האט ער דערצײלט אין בית־ המדרש, אז ארום די דערפער קומען אן פיל םטאדעס װעלף און לויערן אויף קינדער און רינדער. אז פויערן ברענען בײנאכט םנאפעס שטרוי, כדי מיטן פײער צו פאריאגן די װעלף, און עם דערנענטערן זיך שוין באלד צום שטעטל גאנצע םטאדעם װעלף, װייל די זאװערוכעם מיט די געדיכטע שנײען און פרעםט מאכן די װעלף הונגעריק און דורשטיק, װײל אלע טײכן זענען געפרוירן. דורשט מאכט נאך די װעלף מער און מער װילד, און זײ לויפן דערפאר נאענט צו דער שטאט. זוכן װאםער. באלד איז אין שטעטל געװארן א רעש, מענטשן זענען אין די נעכט געזעסן אין די הײמען. מאמעס האבן געהיטן זײערע קינדער. בלויז די משוגענע לאנע האט ארומגעװאנדערט איבער די פארשנײטע געםלעך און געוװיעט םאר די פענצטער פון די הײזקעס, געװאלט נאכמאכן דאס װאיען פון די װעלף. אלע האבן אבער געװוםט אז דאס איז די משוגענע לאנע• װען ם׳האבן געלויכטן אין די שטובן די חנוכה־ליכט, איז לאנע