393 משה דאמב — סילועטן 394 װאנדערגדיק איבערן שטעטל געלאפן מיט א לאמטערנע אין האנט און כסדר געשריגן: ״װעלף ! װעלףו אנטלויפט׳ם, באהאלט זדיערע קינדער אין די שטובך. פלוצלינג איז איר אבער אקעגנגעלאפן דער פארנארטער דאקטאר םאלאמאז — א צוריקגעקומענער פון דץ ״פארפאלן װערך — זיד ארומ־ געכאפט מיט איר׳ און אזוי לויפנדיק צוזאמען האבן זײ הויך געשריגן׳ אז װעלף קומען צום שטעטל. װען לאנע איז געקומען נענטער צו דער שול, האט זי געגעבן דעם פארנארטן דאקטאר זיבן ליכט מיט א שמש און געזאגט צו אים * ״קריד ארויף אויפן דאד פון שול און צינד אן אלע זיבן ליכט מיטן שמש, וױיל הײנט איז דער זיבעטער טאג חנוכה און כ׳האב אזוי מורא פאר די װעלף, אפשר װעט געשען א נם אז די װעלף װעלן זיך שרעקן פאר די חנוכה־ליכט״. שלמה האט שטארק מורא געהאט פאר זײל משוגע װײב, און ער איז שנעל ארויף אויף דעם נידעריקן שינדל־דעבל פון דער שטעטלדיקער שול, אנגעצונדן די זיבן ליכט מיטן שמש, און ארומגעשטעלט מיט קעסטלעך, אז דער װינט זאל זײ נישט אויםלעשן. נאכדעם איז ער שנעל אװעק־ געלאפן זוכן זײן װײב לאנע.
ם׳איז געשען אין מיטן דער נאכט. די זאװערוכע האט אויפגעהערט, דער שנײ האט געםקריפעט אונטער די פים, שנײ־שטערנדלעך האבן געשװינדלט פאר די אויגן, מענטשן זענען שוין לאנג געשלאפן, בלויז בײ בעריש בעקער האט זיך געברענט דער נאפט־לאמפ, װו־ניט־װו איז דורכן שטעטל שנעל אדורכגעלאיפן א פויערישער שליטן, מיט גלעקלעך און העט־העט, װײט איבערן שטעטל, אויף די שנײ־װײםע פעל• דישע האריזאנטן, האבן זיך געלויכטן פײערדיקע סנאפעם מיט שטרוי, כדי אװעקצויאגן די װילדע םטאדעם װעלף. דער נארישער שלמה האט אן אפגעריםענער, אפגעשליםענער, ארומגעבראדזשעט זוכן זײן װײב. פלוצלינג דערהערט ער א גלאקן־געקלאנג פון דעם שטאטישן קאשציאל, און ארום די געםלעך לויפן מענטשן מיט פארוװנדערטע אויגן, זען װאם ם׳איז געשען. דער װידערקול פון דעם גלאקן־געקלאנג פאר־ גרעםערט זיך איבער דעם פארשנײטן שטעטל. װען ער איז צוגעקומען נענטער צום קאשציאל־טורעם, האט ער דערזען װי זײן װײב, לאנע, שטײט אויפן טורעם אן אפגעריםענע׳ האלב נאקעט, מיט צעלאזטע האר, װאס דער אימפעט פון די גלעקער האט צעיאגט, מיט א װילדן בײזן שמײכל אויפן פנים, און שטשירענדיקע שײנע װײםע צײנער, און שטארק אטעמדיק האט זי געצויגן די שטריק פון די ריזיקע גלעקער. דערוױיל האט מען דערזען א גרויםן שײן פון א פײער איבערן שטעטל, דאס האט די הילצערנע שול געברענט.
װען לאנע האט דערזען דעם פלאם פײער, איז זי שנעל אראפגעשפרונגען פון קאשציאל־טורעם, און צוגעלאפן צו איר מאן, שלמד״ גענומען אים בײ דער האנט און האסטיק געלאפן איבערן שטעטלדיקן מארק, שרײענדיק מיט א װילד קװי־ טשערײ: ״א נס איז געשען װאם די חנוכה־ליכט האבן זיך געברענט אויפן שול־דאך, און די גלעקער פון קאשציאל״ טורעם האבן געקלונגען, אויב גישט װאלטן אונדז די װעלף אויפגעגעםן״. א מידע, א םארסאפעטע, האט זי זיך אװעק־ געזעצט בײם שטאטישן פלומפ צוזאמען מיט איר מאן שלמד״ און זײ האבן זיך הילכיק צעזונגען : ״מענטשן׳ מענטשן, גיטם געלט עפעס... חנוכה איז דאך שײן און װויל, מיט א גרויםן נס, גיטם מענטשן, טאקיש עפעס״... שלום־משומד דער פורים־שפילער ס׳האבן געשמעקט די האפן און מאלצן פון ר׳ איטשע־ מאיר׳ס ביר־ברויערײ. ברײנדעלע זײן וױיב האט שוין אװעק־ געשטעלט די ערדענע טעפ מיט שמאלץ אויף פםח. ס׳האט זיך שוין געפילט אין דער שטוב עפעס אזא מין פאר־פרילינג שטימונג, אויך די לופט איז געװארן עטװאס װארעמער. די גרויםע קופעס שנײען אויף די פעלדער זענען אײנגעפאלן, אין די פעלדישע ראװעם האט מען באמערקט קלײנע שנירלעך װאםערלעך פון צעלאזטן שנײ. װו־ניט־װו האט מען געזען אויפן שנײ שװארצע ערד־פלעקן.
דאס געפרוירענע װאםער בײ לײזערס מיל האט אנגעהויבן צו צעלאזן זיך און אײז־קריעס װאס האבן אױסגעזען װי װײסע גענדז, זענען ארומגעשװימען איבערן װאםער• גרויע קראען זענען געפלויגן איבער די שלאנקע הױכע טאפאלן און כםדר געקראקעט און געטראגן אין זײערע פיםק • לעך שװארצע צװײגדעך, צו בויען א נעסט אויף די נאקעטע טאפאלן, װײל אט־אט איז פרילינג ארום, און טאקע אין די טעג קומט דער פורים אין שטעטל ארײן. מען זעט שוין װי אידענעס טראגן צום בעקער המן־טאשן מיט מאן, גרויסע שמאלץ־קוכענם און אנדערע פארשידענע קוכענס און קיכלעך׳ אײער חלות מיט פינף צעפלעך געפלאכטן, פלעצלעך מיט פײגל פארפלאכטן. בײ אסתר װיטעם צוקערניע־ פענצטער זעט מען פארשידענע טארטן, לעקעכער, מאן־ קיכלעך׳ המן־טאשן, צוקער־קיכלעך, אלץ אויף צו שיקן שלח־ מנותן. האט דער שטעטלדיקער שוחט טאקע שוין אװעק־ געשיקט שלח־מנות צום שטעטלדיקן רב, א פאר מאראנצן מיט א שטיק טארט, אװעקגעלײגט אויף א גלעזערנעם קליאש צוגע־ דעקט מיט װײס פאפיר ; און דער רב האט דאס באקומענע שלח־מנות געשיקט צו אײן בעל־הבית פון שטעטל : האט דאם דער בעל־הבית געשיקט די זעלבע שלח־מנות צו אן אנדערן בעל־הבית, ביז די זעלבע שלח־מנות איז צוריק אנגעקומען צומ זעלבן שטעטלדיקן שוחט.
בײ ר׳ איטשע מאירל דעם ברײער אין שטוב שמעקט שוין מיט קרעפלעך געפילט מיט הינערנע לעבערלעך, דער טיש איז באדעקט מיט א שנײ־װײםן טישטוך, ם׳קומען זיך צוזאמען שכנים צו הערן די מגילה. געבן דעם בעל־קורא שטעלן זיך ארום די קינדערלעך מיט די הילצערנע גרעגערם. װען ם׳קומט צום װארט ״ויבא המך, הערט מען געשרײען, א געפילדער