Original scan
Original memorial-book scan 202
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-1151

395 פנקם כמיעלניק 396 און א געגרעגערײ, ס׳פארהילכט די שטוב. די דערװאקסענע מוזן שוױיגן׳ ס׳איז דאך הײנט עפעס פורים. אין שטעטל איז א הײמלעכקײט, א פרײד אויף די פנימער פון אלט און ױנג. די קינדערלעך לויפן ארום פון שטוב צו שטוב, פיל האבן זיך אײנגעשמירט די פנימער מיט סאזשע. די רײכערע קינדער האבן שוין געקויפט מאסקעם בײ יאנקעלע לאנגװאלד אין געשעפט. אין יעדער שטוב זינגען זײ זײערע פורים־לידלעך .• ״אוי װײ, הײגט א שמחה, א גדולה, מען עםט און טרינקט, וױיל ס׳איז דאך פורים פונקט, הײנט שיכור מארגן אוים... גיטץ א גראשן און װארפט אונדז ארוים. אוי װײ, הײנט איז פורים מארגן אויס, גיטץ צװײ גראשן און װארפט אונדז וױיטער ארויס״... אבער די ריכטיקע דערװאקסענע פורים־שפילער זענען געקומען ערשט שפעטער, נאך מיטאג. זײ זענען געקומען פוי שמאלן באד־געסל, װו זײ װוינען אין א קעלער־שטוב. די ״קעלער־שטוב״, דאם איז א מין פרױואט־הקדש, אויף ״אײגענער האנט״, פאר קאליקעס און פארקומענע פארשוינען. אלע טעג פון א גאנץ יאר האבן זײ געלעבט פון קלײנע גנבהלעך׳ פון כאפן פון פורן. דאם זענען געװען אױםגעװאק־ סענע, נישט דערלערנטע לערן־ײנגלעך א.א. צו זײ האט זיך אויך צוגעטשעפעט אברהמלע נופאקם טאכטער׳ ראצל, און דער משומד, שלום׳ װאס די שיקסע צוליב װעלכער ער האט זיך גע׳שמדט׳ האט אים פארלאזן.

passage_b6c966ea2daa30df0f54d242
Passage 2normalized OCR · source chars 1153-2320

אויב דאם גאנצע שטעטל האט ארויסגעקוקט אויף דעם אנקומענדיקן פרילינג׳ מיט פורים, איז פאר זײ׳ פאר דעם געזינדל פון ״קעלער־שטוב׳/ דער פורים געװען דער האפע־ נונגם־טאג פונם גאנצן לאנגן װינטער. קודם איז שלח־מנוחר טראגן געװען א האלבע פרנםד״ אבער דער עיקר איז בײ זײ געװען דאס פורים־שפילן. דאס שטעטל האט מיט זײ אויפ־ געלעבט און די זענען געװען די העלדן פון טאג, שלום משומד האט ממש װעלטן אײנגעריסן, אז ם׳איז געקומען דער פורים׳ װארים װי א פארשטעלטן האט דאך אים קײנער נישט דער־ קענט, האט ער זיך געפילט א באפרײטער אין דעם טאג. ער איז געװען אײנער פון די פורים־שפילער פון דער טרופע. זײן קרענקלעכע אװאנטוריםטישקײט האט זיך אויסגעלעבט. און אט דאס־א זענען די נעמען פון די שפילער און זײערע ראלן אינם אחשורוש־שפיל : ױנהלע גנב שפילט די ראלע פון אחשורוש. שלום משומד איז המן, מאטעלע קעלבאס טראגט די פאלק מיט דער תליד״ אברהמלע נאפאק איז מרדבי צדיק׳ זײן טאכטער׳ ראצל׳ איז אסתר המלכה. דאם שטעטל עפנט פענצטער און טירן כדי נאכצוקוקן די פורים־פארשטעלטע׳ אלע קינדערלעך פון שטעטל לויפן זײ נאך מיט געפילדער און געשרײען : ״העי העי׳ המן א רוח דיר... מרדכי צדיק רײט אויפן םערד, און דו המן הרשע ליגםט אין דער ערד״... די קינדער טראגן טאצן מיט גאפל־לעפל׳ און קלאפן אין די טאצן׳ און גרעגערן מיט די גרויםע גרע־

passage_ab42f6724ef3ee0d86ebb192
Passage 3normalized OCR · source chars 2322-2723

גערם׳ צוםאפנדיק מיט די פיםלעך פול מיט פרײד און געלעכ־ טער נאכלויפנדיק די פורים־שפילער פון שטוב צו שטוב. אזוי װי די אלע פורים־שפילער האבן נישט געקענט קיץ ײדישע לידער׳ האבן זײ געזונגען פוילישע, רוסישע לידלעך׳ צוקלאפנדיק מיט די קאזאצקע שטױואלעס צום טאקט׳ און יעדעם מאל ״הוי הוי״ געשרײ פון אלע פורים־שפילער, און דװקא שלום משומד האט יא געקענט עפעס א ײדיש לידל: ״שיכור איז א גוי׳ טרינקען װיל ער׳ הוי הוי״...

passage_a508f97d9178fe4c628b8f5f
Passage 4normalized OCR · source chars 2725-3676

מאכט זיך אזוי : װען די פורים־שפילער זענען ארײנגעקומען צום גביר פון שטעטל׳ ר׳ איטשע מאירל דער ברײער׳ האט דאם ערשטע שלום משומד אנגעהויבן טאנצן און זינגען. פלוצלינג פאלט אים אראפ די מאסקע פון פגים. װען די קינדערלעך האבן דאם דערזען זעגען זײ העגדום־פענדום צו אים צוגעלאפן מיט די טאצן און גאפל, לעפל, מעםערס און גרעגערם און געשריגן : ״דו געמײנער משומד׳ דו אמתער המן׳ ארוים פון ברײערס שטוב׳ ארוים שנעל״... מיט געפילדער און געשרײען האבן זײ שלום משומד פאריאגט פון ר׳ איטשע מאירלם שטוב. שלום משומד איז שיכורערהײט אנטלאפן אן דער מאםקע צוריק צו דער באד־גאס דארט אין דעם קלײנעם קעלער־שטיבל. די רעשט פון די פורים־שפילער זענען דערװײל אװעקגעלאפן מיט געזאנג און פרײד, אלע זענען געװען פארשיכורט׳ די קינדער האבן זײ באגלײט מיט דער קאצךמוזיק. די אסתר המלכה איז אױך געװען שיכור, איז איר אין מיטן מארק פון שטעטל נישט גוט געװארן אץ זי איז אװעקגעפאלן. אזוי איז דאס גאנצע שטעטל זיך צוזאמענ־ געלאפן׳ קוקן װאס איז געשען מיט ראצלען׳ אברהמלע נאפאקס טאכטער װאם איז געװען אםתר המלכה.

passage_05bae757ffbf85eb6954aec0
Passage 5normalized OCR · source chars 3678-4698

עס איז שוין צוגעפאלן די נאכט. מען האט קוים די אסתד המלכה אהײמגעפירט, אויך צום קעלער־שטיבל דארט אין באד־געסל. די פורים־נאכט איז געװען אן אויסגעשטערנטע, א קילע מיט א לײכט פאר־פרילינג װינטל. אין די ײדישע פענצטער האבן די שטובן געלויכטן און געפינקלט מיט ױם־טובדיקײט׳ מיט א רעשדיקער פרײד און הויכע געזאנגען. ס׳איז געװען פרײלעך און לוסטיק. ײדן האבן זיך הײנט גוט אנגעגעסן מיט קרעפלעך׳ מיט שלח־מנותן׳ מיט אײער־חלות און פיש׳ און געטרונקען א גוטן לחײם• אלץ צוליב דעם פרײלעכן פורים. צומארגגם׳ שושן־פורים, איז דער טאג געװען א מידער׳ א צערײצטער. די זון האט געשמײכלט מיט א װארעמען שטראל און אפט שנעל פארשוװנדן הינטער א שװארצן װאלקן. אזוי אויך זענען געװען די מענטשן פון שטעטל׳ מידע פארבלאםטע׳ אפט מיט א שטילן שמײכל אויף זײערע מידע פגימער. ם׳איז נישט קײן װונדער, אז זײ האבן זיך אזוי געפרײט׳ געטאנצט און געזונגען און א םך געטרונקען׳ די פארנאכטן אין שטעטל זענען געװען קילע׳ ס׳האבן געשמעקט די דעמבענע קארעס בײ הענעך גארבערס גארבערײ, װײל מען האט שוין געמאכט זומער־לעדער. מען האט שוין געהערט דעם שטילן םארבענקטן טיק־טאק פון ליחערס מיל, דארם

passage_d72ba7516fc8e34711be1d43