Original scan
Original memorial-book scan 204
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-1177

399 פנקם כמיעלניק 400 ס׳זעגען אװעקגעלאפן די טעג פון פםח און מען האט גאר־ נישט געהערט פון נטעלען. קײגער האט נישט געװוםט װו נטעלע איז פארשװונדן ערגעץ. קרײנדל, זײן אלטע מאמע, האט, געװײנט מיט ביטערע טרערן: ״מײן נטעלע, מײן טײ־ ערער צדיק און קדיש־זאגער׳ אוי װײ׳ רבונו של עולם״... די קינדער פון שטעטל האבן געטרויערט, געלאפן זוכן נטע־ לען צום גלחם װאםער, צװישן די קזשאקעס איבער די לאנ־ קעס, אבער קײנער האט אים נישט געקאנט געפינען אין ער־ געץ׳ װײל נטעלע האט געװאנדערט איבער װעלדער׳ פעל־ דער׳ ערגעץ איבער דערפער מיט א תהילים אין דער האנט׳ געלאפן זוכן די גשמה פון זײן טאטן• פויערים אין די דערפער האבן זיך געצלמט װען נטעלע איז דורכגעגאנגען איבער די םעלדער׳ װו זײ האבן געאקערט• די גלחים האבן אנגעזאגט די פויערן אים נישט צו טשעפן׳ װײל דאם איז עפעם א הײליקער ײד׳ װאם זוכט גאט און די נשמה פון זײן טאטן׳ װאם ער האט פארלוירן ערגעץ אונטער א װאסער־מיל. װען דער פויער װלאדעק האט דאם דערהערט פון גלח׳ האט ער גלײך זיך געװארפן פאר די פיס פון גלח און גע־ בעטן בײ אים מחילה װײל ער, װלאדעק האט דאס ארונ־ טערגעװארפן יאסקען דעם מילנער אונטער דער װאםער־ מיל. דאס געװיםן האט אים׳ װלאדעקן׳ געפלאגט: האט מען טאקע זײן קערפער געפונען אונטער דער זעלבער װאסער־מיל װו נטעלעם טאטע׳ ױסף מילנער, איז אומגעקומען.

passage_a3cb79e460f0d6dcb9f16367
Passage 2normalized OCR · source chars 1179-2194

פאר מורא אין נקמה איז נטעלע פארשװונדן פון די דער־ פער, װעלדער און פעלדער. ער איז צוריקגעקומען אין שטעטל ארײן צו זימ מאמע. צומארגנס האט דאם שטעטל דערזען װי נטלע טראגט אויף זײנע דארע פלײצעם די עמערם װא־ םער. האבן אים די קינדער אנגעהויבן נאכשרײען: ״נטעלע׳ נטעלע אליהו הנביא׳ פארװאס ביזטו נישט געקומען צום כום פון מײן באבע׳/ נטעלען האט דאם שטארק געקרענקט. זײנע אויגן זענען שטענדיק געװען פארװײנט. ער איז ארומגעגאנגען אן אײנ־ זאמער׳ זײן מאמע איז אים געשטארבן פון עגמת־נפש. אײנ־ מאל אין א נעפלדיקן פרימארגן איז ער אװעק צום גלחס טײך זיך טובל זײן׳ אבער ער איז שוין מער פון װאסער נישט ארויס. נאך עטלעכע טעג ליגן אין װאסער איז זײן קערפער ארויפגעשוװמען אויפן אויבערפלאך. דער גלח האט געלאזט װיסן די שטעטלדיקע ײדן׳ אז מען זעט עפעס א טויטן קערפער פון א ײדן ארומשװימען איבער זײן טײך. װען די ײדן זענען געקומען זען דעם קערפער האבן אלע אויםגע־ שריגן, אז דאס איז דער הײליקער װאסער־טרעגער נטעלע. ס׳זענען שוין פון דעמאלט אן ארומגעגאנגען אין שטעטל מע־ שױת און לעגענדעם װעגן נטעלע װאסער־טרעגער אלם אליהו הנביא און אײנער פון די ל״ו־צדיקים.

passage_ca7ba677135404e9b99fd7ea
Passage 3normalized OCR · source chars 2196-2993

דער גלח האט ארומגעצוימט דעם טײך אז קײנער זאל שוין דארטן אהין נישט קומען. װײבער זענען שוין מער נישט גע־ גאנגען אהין טובלען כלים ערב־פסח, דער רב פון שטעטל האט באפוילן אז מען זאל נטעלען קובר זײן נעבן אוהל פון הײ־ ליקן רבין. ס׳זענען פארגאנגען יארן. אין שטעטל האט מען שוין גע־ האט פארגעםן װעגן די מעשױת און לעגענדעם פון נטעלע װאסערטרעגער. אבער פלוצלינג האט פאסירט, אז בײ א דורכ־ פארנדיקן פויער אין שטעטל האט דאס פערד צעבראכן א פאדקאװע׳ און דאם איז געװען פונקט ערב־פסח. אין שטעטל האט געװוינט א ײדישער קאװאל׳ װעלװעל קאװאל׳ װאס האט געװוינט בײ דער שול. דירעקט פארן םדר איז דער פויער ארײן צו װעלװעלן אנקאװן דאם פערד. נאך דער מעשה מיט דעם פויער׳ האט זיך אין שטעטל פארשפרײט א נײע לעגענדע׳ אז נטעלע װאםער־טרעגער איז געװען בײ װעלװעל קאװאל צום םדר ערב־פסח׳ פארשטעלט פאר א פויער פון א דארף• אריה מערזער : הבדלרי

passage_8469cf575d481b69ca38cfd6