לײבל פיעטריקאװסקי / ירחנו ציפאניז (בית־מאיר) אן אויםגעמאגערט פנים באצויגן מיט א בלײכע, דינע הויט׳ בלוילעד־װאסערדיקע אויגן, דער ברוסטקאםטן אײנגעפאלן, די פלײצע, קײלעכדיק אויםגעבויגן, נישט פון שװערער ארבעט אדער עלטער. ער הוסט שטיל אוגטער. ױחנן מאכט דעם אײנ־ דרוק װו אן אפגעבראכענעם בוים. דאס האבן אים די קאזאקן אפגעבראכן די יארן, אין יאר 1995 צעשלאגן אבער נישט דערשלאגן. זײן װײבל שפרינצע, איז װי אין פםוק שטײט, אויםגעשניטן פון זײן זײט, זעט אויך אוים װי א צעשלאגענע• אירע אויגן קוקן אין אומענדלעכע װײטקײטן, זי גײט נאך איר מאן ױהנן װי א שאטן. זונטיק פרי קומט ױחנן מיט זײן װײבל צופארן אויף דער קעלצער־כמעלניקער ראגאטקע. ער זעצט זיך אויף דער זון אנװארעמען, רוקט זיך איבער אין שאטן אפצוקילן. פלוצים רײםט ער זיך אויף פון ארט, טוט א טרײסל מיטן גאנצן גוף און א זאג : נו, מען דארף עפעס פארדינען אױף חױנה. שפעטערצס א בענקל אויף א טיש און אויפן בענקל שטײט ױחנן און מאליעװעט א צימער. — ױחנן — בעט זיך בײ אים די באלעבאסטע — עס ליגט דאך מער פארב אויף דער פאדלאגע װי אויף די װענט. — שרהקע, לערנען זי מיך נישט : — פארשװײגט ער נישט. — איך װעל זיך מיט אין װעטן װיפל געלט זי װילן — זאגט ער — איך טו זיך אן א שװארצן אנצוג און װעל אים נישט פאר־ שפריצן. — ױחנן — האקט אים איבער זײן װײבל — מיר האבן נאך הײנט נישט געגעםן.
ױחנן איר שפײזער, נעמט מיט זײנע דינע, לאנגע פינגער אויםקעמען די גרויסע טאשן און קלײנע װעסטל־קעשענקעלעד׳ אבער ער ציט נישט ארוים קײן פרוטה. די באלעבאםטע קומט צו הילף, דערלאנגט אים א מטבע. ״נו, שפרינצע מײן װײב, ברענג א האלב קארן־ברויט מיט א געװענזעלטן הערינג״ ״אוי, א םך מלאכות און װײניק ברכות״ — זיפצט די באלא־ באסטע, און ער נעמט זיך שנעל, שנעל מאליעװען די װענט. אויף צומארגנס, מאנטיק. ױחנן זיצט אײנגעבויגן איבער א שאפן פעלעכל, ער נײט א פוטערל און יעדע רגע פארלירט ער די נאדל צװישן די װאלענע האר. דער שװארצער יאסל שטײט לעבן אים און בעט זיך : ״ױחנן, מאך מיר שוין פארטיק דאם פעלצל. אויף פםח װעל איך עס נישט באדארפן״. — ױחנן, װאם װעלן מיר הײנט עסן ? — מישט זיך ארײן שפרינצע. — דו װײסט דאך, אז איך האב נישט קײן פרוטה — גיט איר אגצוגעהערן איר מאן. דער שװארצער יאסל, אן טענות באזארגט דאם מאלצײט, ״אוי, א םך מלאכות און װײניק בר־ כות״ — באדױערט ער אים — דו שװארצער, וױיםט אויך נישט פאר װאם די טאשן זענען בײ מיר לײדיק ? — פרעגט ױחנן׳ און ער דער געװארענער קירזשנער נעמט אויםענדיקן דאס פעלצל, װארפט מיט דער נאדל, אז עס בליצט... מיט צוױי טעג שפעטער, מיטװאך, ױחנן קניט און פאריכט א פאדלאגע, קלאפט אין א ברעטל װאס שטײגט ארוים. וױל עם אפשניצן, דער היבעל איז אבער צעפארן אויף פופצן שטיקלעך.
— ױחנן — בעט זיך בײ אים די באלעבאסטע — א שטיג אין מיטן שטוב דארף איך דאך נישט האבן. — לערנען זי מיך נישט — בײזערט ער זיך, איך האב אוים־ געלײגט פאםאדםקעם בײם פריץ אין הויף, ממש װי א שפי־ געלע, דער פריץ מיט זײן פאמיליע האבן זיך טאקע אין זײ געשפיגלט. — שוין צײט מיר זאלן עפעם עסן — קומט ארײן שפרינצע מיט א דערמאנונג. די באלעבאםטע דערלאנגט א פאר גראשן און קרעכצנדיק זאגט זי: ״אוי, א םך מלאכות און װײניק ברכות״. — נאר מען קרעכצט איבער מיר — זאגט ױחנן אויפן קול — אבער דעם אמת געזאגט פאר װאס בײ מיר פײפט דער דלות, װײס איך אלײן. ער זעצט זיך צו אויף א בענקל, הוםט זיך שטיל אוים און נעמט דערקלערן די סיבה פון זײן קבצנישקײט. שטענדיק, װען ער דערצײלט עפעם האט ער א קרענצל צוהערערס, ער הויבט אז־
װי ם׳איז באװוםט איז אין הימל דא א שר מיטן נאמען דקרנוסא, דער־א מלאך זארגט און מיט זיך, אז ײדן זאלן האבן פרנםה. איז די מעשה אזוי : אז ס׳קומט זונטיק פרי, פארשרײב איך זיך בײם גענעדיקן מלאך דקרנוםא: ױחנן, פונעם פאך מאלער. ער, דער שר באמיט זיך איך זאל האבן צו מאלעװען און צו קאלכן. פאלט מיר ױחנן אבער אײן א געדאנק און װער מאנטיק א קירזשנער און מיטװאך שוין גאר א םטאליער. װען עם קומט דאנערשטיק און דקרנוסא טײלט פונאנדער די שכירות, ײדן זאלן האבן שבת צומאכן, די מלאכים זוכן מיר דאן ארום װו די װעלט האט אן עק און קאגען מיך נישט געפונען : ״ױחנן מאלער, יוחנן מאלער ?״ קײנער קען אבער נישט אזא אײנעם, ױחנן איז שוין דעמאלט א םטאליער. אויף דער צװײ־ טער װאך, זונטיק פארשרײב איך זיך : יוחנן, פונעם פאך — םטאליער, און דאנערשטיק בין איך גאר א גלעזער... הכלל דער שר דקרנוםא זוכט מיך יעדעם מאל ארום מיט די שכירות און קען מיך נישט געפונען, דעריבער האב איך קײנמאל גישט קײן פרוטה...