Original scan
Original memorial-book scan 206
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-1122

יעקב פרײדמאו / טיפו פוו שטעטל (מיאמי־ביטש) מײן מלמד ״דער געלער איציק״ דאס איז געװען אנהויב זמן. די מלמדים האבן זיר ארומ־ געדרײט אין גאס, געזוכט ײגגלעו ארײנצוקריגן אין חדר. אט אין יענע טעג האט מײן טאטע מיך געברענגט אין שטאט׳ אנצודינגען אין חדר. איד געדענק גאגץ גוט װי צװײ מלמדים האבן זיך געאמפערט איבערן נײעם תלמיד. אײן מלמד האט מיד אנגעכאפט בײ אײן האנט, דער אנדערער מלמד בײ דער צװײטער האנט און מיך געשלעפט — אײנער רעכטס, דער צװײטער לינקם, ביז כ׳בין ארײנגעפאלן צו דעם געלן איציק אין חדר. געװוינט האט דער געלער איציק אין שול־געםל בײ הערשל שמוקלער אין הויז. אין דעם זעלבן הויז, ארויפצוגײן אויף שטיגן׳ האט געװויגט מרדכי מלמד (גערופן האט מען אים מרדכי קוגל). דאם חדר פון איציק מלמד איז באשטאנען פון צװײ קלײנע חדרימלעך. די פענצטערלעך, װאס האבן ארויס־ געקוקט אויפן אלטן בית עולם, האבן אויסגעזען װי צװײ טיפע לעכער. דער קארידאר, דער ארײנגאנג אין הויז — פינצטער אפגעריסן. מ׳האט געדארפט אנטאפן די טיר מיט די פינגער. אינעװײגיק — א גרויסע ארימקײט. דאם מעבל אלט. די װענט שװארץ אפגעריסן, נאס מיט אן אפגלאנץ פון װילגאטש, װאס האט געשלאגן מיט טוכלע ריחות אין נאז. אט דא איז געזעסן איציק מלמד און געקנעלט מיט די קינדערלעד א שטיקל עברי.

passage_82dce58fd0a42a28ae5ea164
Passage 2normalized OCR · source chars 1124-2250

צװײ פארטרעטן אין קאליר האבן געהאנגען אויף דער װאנט — דאס זענען געװען : דער רוסישער קיסר ניקאלײ און די קײסערינע. בײדע בילדער — דער צאר מיט זײן געשוירן בערדל און די קײםערינע מיט דער קרוין אויפן קאפ, האבן אראפגעקוקט מיט שטענדיקן שוױיגן אויף דעם מלמד און קינדערלעד• זײו װײב שרה׳ אן אויםגעטרוקנטע דארע נידעריקע אידענע, האט דעם מלמד ארויסגעהאלפן אין פרנםה מיט באקן ברויט און צעטראגן עם אין גאלעבאטישע הײזער. זי פלעגט דאס ברויט שנײדן אין האלבע און פערטלען׳ און שטענדיק געהאלטן אין אײן מאכן חשבונות. שרה איז געװען אן אידענע מיט א מענה־לשון, וואם האט געקענט סארשרײען א װעלט. יעדעס מאל װען זי איז אהײמגעקומען נאכן פונאנדערטראגן דאס ברויט צו די באלעבאםטעם — און נישט שטענדיק האט זי מצליח געװען אין דעם — האט זי איר גאנצן כעס אויס־ געלאזט צום מאן. יעדן פרימארגן איז איציק מיטן טלית־זאק אונטערן ארעם אװעק אין פראסטן ביח־המדרש דאװענען. נאכן דאװענען, שטײענדיק נאך אין טלית ותפילין פלעגט ער אײנגראבן זײנע אויגן אין זײן גרויםן סידור׳ געהאלטן אין אײן שעפטשען מיט זײנע דיקע פלײשיקע ליפן דעם תהילים און מעמדות. האט אים דער שמש אמאל אין ױבל מכבד געװען מיט אן ,/עליה״, איז ער געװען צופרידן; װען נישט׳ האט ער אויך צו קײנעם קײן טענות נישט געהאט.

passage_6e1d46cb7c85dad375985251
Passage 3normalized OCR · source chars 2252-3363

נאכן דאװענען איז ער צוגעגאנגען מיט שטילע הכנעהדיקע טריט צום ארון־קודש׳ אפיר־געטאן מיטן פרוכת איבערן פנים׳ א קוש־געטאן אים מיט די ליפן און הינטערוױילעכטם צוריק־ געגאנגען צו דער טיר. געגעבן א קוש די מזוזה און פארלאזן דעם בית המדרש. אזוי האט ער זיך נוהג געװען טאג איץ טאג אויס. װען ער איז געקומען פון בית המדרש, האט אויף אים שיין געװארט א טעפעלע קרופניק׳ װאס זײן װײב שרה האט אים צוגעגרײט. האט ער זיך געװאשן׳ געזאגט ״שאו ידיכם״, געמאכט א ״המוציא״ און אנגעבראקט א פולע שיסל מיט הארטע שטיקלעך פון דעם ברויט׳ װאם זײן װײב האט נישט באװיזן צו פארקויפן* עם באגאסן מיט הײםן׳ שיטערן קרופניק און זיך גענומען צו דער סעודה. געגעסן האט ער פאװאליע׳ שטיל׳ באזאכט׳ פון גרוים הנאה־װעגן האט ער אזש פארזשמורעט די אויגן׳ דאם פנים פאררויטלט׳ אזש טראפנם שװײם האבן ארויסגעזעצט אויף זײן שטערן. װען די קלײנע תלמידים זענען זיך צוזאמענגעקומען, איז ער נאך מיט זײן מאלצײט נישט פארטיק געװען. די חברה ײנגלעך פלעגן דעריבער די גאנצע צײט נישט אראפנעמען פון אים די אויגן. ענדלעך גיםט ער אפ די נעגל מיט ״מים אחרונים״־װאסער און בענטשט מיט גרוים כװנה. נאכן פארטיק־װערן מיטן בענטשן זעצן זיך די ײנגלעך אוים ארום דעם טיש און דער רבי הײבט אן זײן קנעלונג.

passage_ea0434a54f64179547a0fb17
Passage 4normalized OCR · source chars 3365-3826

ס׳נעמט אבער נישט לאנג און ם׳באפאלט דעם רבין א מידקײט. דער קאפ װערט אים עפעם אזוי שװערלעך׳ װי מיט בלײ אבגעגאםן. די אויגן־דעקלעך קלעפן זיך אים צו׳ ער הײבט זיך אן צו שאקלען׳ ביז דער קאפ זינקט אראפ צום טיש און באלד צעטראגט זיך איבערן ארעמען חדר א משונהדיק כראפן. זײן װײב שרה קומט ארײן און װעקט אים ; ״איציק, איציק !״. דער רבי כאפט זיך אויף׳ הײבט װידער אן לערנען מיט די קינדער. דאס מאל אויף א הויכן קול, ם׳זאל אים האלטן װאך. אזוי שנעל אבער װי שרה נעמט עטלעכע ברויטן

passage_36af95f157c67b3774857ee9