Original scan
Original memorial-book scan 207
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-978

405 יעקב פרײדמאן — טיפן פון שטעטל 406 און פארלאזט דאם חדר, װערט װידער דער מלמד אײנ־ געשלאפן מיט נאו א שטארקערן כראפן. צװישן די חדר־ײנגלעך ד,אט זיך געפונען אײנער א שטיפער, װאס פלעגט מאכן לאבוסעװאטע שטיק. ער פלעגט אפחוזקן פון רבין. ער ציט ארויס א שטרוי פון בעט אדער שלאפבאנק און הײבט מיט אים אן צו קיצלען דעם שלאפנדיקן רבין אין דער נאז. דער רבי הויבט אן דרײען מיט דער נאז און מיטן קאפ אויף אלע זײטן, װי ער װאלט װעלן פארטרײבן פון זיך א זלידנע פליג. פאר די חדר־ײנגלעך איז דאם דער גרעםטער און שענםטער ספעקטאקל, װאס זײ האבן װען עם איז געזען. דאס אמוזירט זײ אזוי שטארק, אז זײ קאנען זיך מער נישט אײנהאלטן און שיסן ארויס מיט א הילכיק געלעכטער. דער רבי כאפט זיך אויף׳ נישט טויט נישט לעבעדיק, קוקט זיך ארום מיט צעטומלטע אויגן. ער הײבט זיך אן צו טשוכען און צו קראצן, גענעצט זיך אויס און לערנט וױיטער. אט דעם קונדם האט מען גערופן דער ״מאנדראלא״ — דער חכם. דער רבי האט אים נאכן אפשפילן די קאמעדיע בעת זײן כראפען ארײנגעצײלט מיטן קאנטשיק ״למען ידעו״... דאם האט אים אבער װײניק אפגעשראקן.

passage_e7821ae58ef1acd498083484
Passage 2normalized OCR · source chars 980-1818

דאס האט פאםירט אין א געװיםן פרימארגן, נאך דעם װי דער מלמד האט זיך מיט זײן בארד ברײט צעלײגט אויפן טיש און געכאפט א שלאף, האט ״מאנדראלא״ ארויםגענומען *ון קעשענע א שטיק רויטן לאק־טרױואקם מיט א זאפאלקע/ עם פונאנדערגעלאזט און צוגעטריפט דעם רבינם בארד צום טיש. באלד נאך דעם האבן אלע ײנגלעך פון חדר געמאכט ויברח... אנטלאפן װו דער פעפער װאקםט. װען זײן װײב שרה איז ארײנגעקומען אין חדר, געזען װי איר מאן שלאפט מיט אן אנגעלענטן קאפ אויף דעם טיש, האט זי גענומען װעקן און דערבײ אים מכבד געװען מיט טויטע קללות. דער מלמד נעבעך װעקט זיך אויף אבער ער קען די בארד פון טיש נישט אפרײםן און קרעכצט : ״לאבו־ םעס י שקצים \ עכברושים !״ - מיט יארן שפעטער האט מיט מײן מלמד פאםירט א מעשד״ מיט װעלכער דאם גאנצע שטעטל האט געקאכטו דאם איז געװען פםח. װי שטענדיק האט זיך איציק מקדים געװען צו זײן דער ערשטער בײם דאװענען אין פראםטן בית המדרש, און דער לעצטער אהײמצוקומען.

passage_0bac936c598b261b8a7447b2
Passage 3normalized OCR · source chars 1820-2919

װען איציק איז אהײמגעקומען פון דאװענען און אנגעבאטן גוט ױם־טוב צו זײן װײב שרד״ האבן זײנע אויגן געשמײכלט פץ צופרידנקײט. דער םדר־טיש איז געװען צוגעגרײטי װײן, חרוםת, מרור, מצות. די ״קערה״ װאס האט פארנומען דעם מיטל־פונקט פון טיש׳ פון װעלכער ם׳האבן .ארוים־ געקוקט אלע גרינםן ״לזכר יציאת מצרים״. די צװײ קלײנע מעשענע לײכטערלעך זענען געשטאנען אויפן געדעקטן םדר־ טיש מיט ברענענדיקע ליכט און געגרײט זיך אפצוריכטן דעם סדר. די כוםות זענען געװען אנגעגאסן מיט ראזשינקע־וױין און א ספעציעלער כום פאר אליהו הנביא, װי דער מנהג איז בײ ײזץ. נאך דער סעודד״ שוין געהאט אפגעגעםן דעם אפיקומן און פארטיק געװארן מיטן בענטשן, האט ער גענומען דעם פערטן כום. דאם װײב עפנט די טיר ארײנצולאזן ״אליהו הנביא״ און װי איציק נעמט זאגן ״שפוך חמתך״, באוױיזט זיך פלוצלינג א געשטאלט אין טיר, אנגעטאן אין פויערישע קלײדער... איציק שרײט אויס : שרד״ זע נאר װעמען מיר האבן דא ! שרה ! זע נאר דעם טײערן גאסט ! — גילוי אליהו — דאס האט אליהו הנביא זיך באװיזן צו אונדזז שרה, עם איז משיחם צייטן ! דער פויער װאם ר׳ איציק האט אנגענומען פאר דעם פארשטעלטן אליהו הנביא, האט אין שרעק און ציטערניש געװאלט זיך צוריקציען• האט אים שרה פארשטעלט דעם ארויסגאנג.

passage_eaddba4d30245d1c269404ce
Passage 4normalized OCR · source chars 2921-3946

ר׳ איציק האט אים אונטערגעטראגן דעם כום װײן. דער פויער האט זיך דערפילט א ביםל היימישער און אויס־ געטרונקען דעם כוס װײן, איציק האט מיט אים גענומען טאנצן. — טרינקט נאך א כום. מיר װעלן אײך נישט ארויםלאזן ! טרינקט : — איז ר׳ איציק געװארן צודרינגלעכער. דער פויער האט זיך געװאלט ארויםרײםן, איז פון אמפערן זיך אנשטאנען א גערויש. די שכנים האבן דערהערט דעם גערודער. דער ערשטער איז פון זײן טיר ארוים דער שנײדער הערשל שמוקלער. ער האט באלד דערקענט דעם פויער. אנגערופן אים בײם נאמען־ — ״אוי, װויטשעכו, הײגט איז דאך ״שװיענטא״. דער פויער, דערזעענדיק דעם שנײדער, איז אים גרינגער געװארן אויפן הארץ. הערשל דער שנײדער האט אים אויפ־ געקלערט, אז ער האט פארבלאנדזשעט אין א פרעמדער טיר. די פינצטערניש אין הויז־קארידאר און די פארמאכטע לאדנם האבן אים פארפירט. אנשטאט צו געפינען דעם שנײדערם טיר אויסצולײזן זײן אויפגענײטע נייע ״קורטקע״, איז ער ארײן צום געלן איציק. יענע נאכט פון פםח איז געװען אן אמתער ליל שימורים• די שכנים האבן זיך ארומגעשטעלט ארום דעם הויז, געטריבן שפאס איבער איציק מלמד מיט זײן ״אליהו הנביא״. אין חדר בײ ר׳ יקירן דעם גמרא־מלמד

passage_d4c064ef04041f8fce19173f
Passage 5normalized OCR · source chars 3948-4197

גערופן האט מען אים ״דער אלטער יקיר״. פאר מײנע אויגן זע איך זיין הויכע געשטאלט, א ײד מיט א כמעט אסקעטיש פנים, קלײגע דורכדרינגענדיקע אויגן מיט צװײ קלײנע פײערלעך אין זײ. גרויםע ברעמען, אדורכגעפלאכטן מיט גרויע פעדימלעך. װאס האבן כמעט זײנע אויגן פארדעקט״

passage_39f1564a97118320b2142fab