407 םנקם כמיעלניק 408 דער שטערן נידעריק מיט טיפע קנײטשן. דער האלדז אײנגעזונקען אין זײנע צוױי אקםלען• די פלײצע האלב געבויגן. די בארד, האלב גרוי• דאם קול הײזעריקלער• זײנע הענט כמעט שטענדיק ארײנגעלאזט אין די ארבל פון זײן פארשמאלצעװעטן כאלאטל, נישט אויפגעהערט צו שפאצירן אזוי .אהין און צוריק אין דעם גרויםן צימער, װאס איז געװען אויםגעשטעלט מיט טישן און בענק. געלערנט מיט די תלמידים שטענדיק פון אויסנװײניק, מיט א זיםן אנגענעמען ניגון. זעלטן װען ער איז געװען אין כעם, כאטש קײן םיבות האבן נישט געפעלט. געװען חברה װאס האבן נישט ארײנ־ געקוקט אין דער גמרא, ממילא נישט באגריפן דעם ״שור שנגח את הפרה״. ער איז אבער געװען פון דער נאטור א שטילער און זעלטן זיך געבײזערט, זײנען טאקע קײן גרויםע תלמידי חכמים פון זימ חדר נישט ארויםגעקומען. װען עם איז אבער געקומען דער שבת און די ײנגלעך זײגען געגאנגען זיך ״פארהערך און גישט געיכולט, פלעגן די טאטעם קומען צום מלמד מיט טענות : ״ר׳ יקיר, איך צאל שכר־לימוד און דער בחור מײנער וױיסט נישט מה דכאמרי רביצן ׳.״. דאם האט שוין דעם שטילן מלמד ארויםגעבראכט פון די כלים, און דער עיקר — ער האט מורא־געהאט נישט צו פארלירן דאס ביםל פרנסד״ האט ער גענומען ארויסוױיזן שטרענגקייט צו די תלמידים.
די שװערםטע טעג אין דער װאך זײנען געװען דאנערשטיק און פרײטיק. די תלמידים האבן געדארפט קענען חומש און רש״י און אויך דעם שיעור אין דער גמרא. — ראובן, איך װיל מער נישט הערן פון דיץ טאטן, אז דו האםט אפילו נישט געקענט די סדרה פון דער װאך נ — האט דער רבי זיך אמאל צעבײזערט אויף א ײנגל׳ און אז דאם בײזערן האט פארט גישט געהאלפן האט ער לםוף אגגעהויבן צו באנוצן מיט דעם, װאס אלע מלמדים האבן זיך באנוצט. ר׳ יקיר האט נישט געהאלטן פון םתם א ״קאנטשיק״• ער פלעגט נעמען א לאנגען האנטוך, אײנגענעצט אין װאםער׳ צוזאמענגעפלאכטן אין צוױיען, כדי עם זאל נישט לויז װערן, און ארײנגעקלאפט אחת ושתים... אז דעם מלמדם ״אשת חיל״, די יקירטע װי מען האט זי גערופן, איז גראד ארײנגעקומען און אנגעטראפן אויף אזא םצענע, פלעגט זי אנשרײען אויפן מאן, אים געזאגט מוםר און געקומען צוהילף דעם נעבעכדיקן ײנגל. ר׳ יקיר איז אבער װײניק נחפעל געװארן פון זײן װײבס מוםר. און גאך א שטראף־מיטל האט ר׳ יקיר געהאט פאר תלמידים מיט שלעכטע קעפ צום לערנען• דערמיט האט ער זיך באזונדערס באנוצט דאנערשטיק פארנאכט. דער ״רבי״ סלעגט ארויסרוםן א ײנגל, אים באפעלן זאגן א פסוק חומש מיט רש״י. װען יענער האט נישט געקענט האט ער געםרעגט א צװײטן, און דער װאס האט יא גוט געקענט האט ער לויטן רבינם באפעל געמעגט געבן פעטש דעם חבר, װעלכער האט
נישט געקענט. דערמיט האט זיך עס אבער נישט געענדיקט. פארן אהײמגײען האט דער מלמד אלם שטראף אנגעטאן דעם בחור א שמוציק העמדל און אים אװעקגעשטעלט אין א װינקל פון חדר. דארט איז ער געבליבן שטײען עטלעכע שעה שוין נאכדעם װי אלע זענען אהײמגעגאנגען. ר׳ יקיר איז געווען פארעכגט צווישן די חשוב׳ע מלמדים. ער איז אויך געװען א פרומער אפגעהיטענער ײד און אין דעם גײםט האט ער מדריך־געװען זײנע חדר־ײנגלעך. אין חדר האט מען געמוזט דאװענען הויך אויסו קול• יעדן פרײטיק פלעגט ר׳ יקיר בודק זיץ בײ זײנע תלמידים די ציצית. אז ער האט בײ עמיצן געטראפן א פםולע ציצד״ האט ער אים גלײך געגעבן א צוױיטע. ער פלעגט אויך דערמאנען אפצושניידן די נעגל, לויטן דין — בסירוגין, איבער א פינגער. ער פלעגט אויך אפהיטן די קינדער זאלן גײען אין מקװה און אנגעזאגט װיפל מאל טובל צו זיץ זיך.
נישט תמיד איז ר׳ יקיר געװען אזוי שטרענג אנגעכמורעט. אפטמאל, אז ער איז געװען אין א גוטער שטימונג פלעגט ער דערצײלן א װעלט מיט מעשױת װעגן מלכים און צדיקים׳ װעגן גן־עדן און גיהנום מיט זײנע מלאכי־חבלה. די תלמידים פלעגן זיך אײנהערן מיט א פארכאפטן אטעם און אים דעמאלט אלץ מוחל געװען. דאם איז געװען זומער־צײט. אין די װינטערדיקע נעכט װידער פלעגט ער ארויסנעמען פון ספרים־שענקל דעם ״ספר הישר״ און אוגז לײענען װעגן די גרויסע העלדישקײטן פון יעקבס קינדער, װעגן יהודהן װאם האט מיט ױין בלויזן געשרײ אנגעװארפן א פחד אויף די מצרים, װעגן שמעון ולוי װאם האבן אויםגעהרגעט גאנץ שכם צוליבן מטמא־ױין ױיער שװעסטער דינה. די אלע מעשױת האבן לאנג, לאנג געלעבט אין אונדזער זכרון. קײן זארגן האבן ר׳ יקירן נישט געפעלט. נאך םוכות װען דער נײער זמן האט זיך אנגעהויבן און באלעבאטישע הייזער זײנען שוין געװען פארזארגט אויף װינטער מיט קארטאפל צום עםן און האלץ צום הײצן, איז דאם קעמערל אויפן הויף פון אונזער מלמד נאך געװען פוסט, אן אײן שײטל האלץ. חדר־ײנגלעך האבן דעריבער געמדזט ארוים־ העלפן, געברענגט א צװײער אויף נאפט און אמאל אויך א שײטל האלץ.
אין שכנות פון דער לאנגער חדר־שטוב, איז געװען א קלײן צימערל. דארט איז געזעםן ר׳ יקירם טאכטער א דערװאקסענע בתולה׳ גענײט העמדער פון פארשײדענע קאלירן פארן דאנערשטיקדיקן יאריד. אין דעם טאג פלעגן זיך אײנשפאנען בײדע, מאמע און טאכטער, געשטאנען אינדרויסן מיט א קלײנעם געשטעל, גערופן די גוײם צו קויפן העמדער. װארעם פון מלמדות אליץ איז נישט מעגלעך געװען צו לעבן. דער שכר־לימוד האט נישט געקענט םטײען אי אויף עסן אי אויף דירה־געלט און אי אויף א מלבוש, בפרט אז מען האט געדארפט זאמלען א נדן פאר דער מויד, אװעקלײגן