Original scan
Original memorial-book scan 209
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-1045

409 יעקב סרײדמאן — טיפן סון שטעםל 410 עטלעכע שטיקלעך לײװנט און אנדערע םחורות אויף * ״װיפראװע״, װען די מזלדיקע שעה װעט קומען. דרײ זאכן האט ר׳ יקיר שטארק ליב געהאט. פון זײ האט ער געהאט די גרעםטע הנאד.: תורה־לערנען און תהילים־ זאגן. טרינקען א הײס גלעזל משקד״ המכונה ״טײ״ און א הײםע קאכעדיקע מקװה. די דרײ זאכן האבן אים דערהאלטן בײם לעבן. אין חדר בײ ר׳ יקירן האבן צוזאמען מיט מיר געלערנט עטלעכע גבירישע קינדער׳ װאם פלעגן מיטברעגגען מיט זיך פולע קעשענעם נאשװארג און אויך א מטבע האט זײ נישט אויםגעפעלט. ארעמע ײנגלעך האבן אויף זײ געקוקט מיט דרך־ארץ און יעדער האט געװאלט נושא־חן זײן אין זײערע אויגן. צװישן ױי געדענק איך באזונדערס אײנעם, משה־דוד איז געװען זײן נאמען, װעלכער פלעגט זיך תמיד ארומטראגן מיט פולע קעשענעס קופערנע מטבעות. אײנמאל האט ער מיר פארבעטן צו זיך אהײם. א באלע־ באטישע שטוב מיט גערוימע צימערן. דער פאטער זײנער — א הויכער ײד מיט א דאר פנים און קלײן שפיציק בערדל. די מוטער א באחנטע פרוי אין מיטעלן עלטער. די טירן האבן דארט נישט גערוט. מענטשן זענען ארײן און ארויס. מען האט דארט געהאלטן אין אײן רעדן װעגן לאטעריע־ צעטעלעך און װעקםעלעד•

passage_56fdc30be78ea6a2f355d2ec
Passage 2normalized OCR · source chars 1047-2033

אין אײנעם א טאג איז משה־דוד געקומען אין חדר מיט א קופע געלט און אנגעהויבן טײלן די חברים. ר׳ יקיר איז נאך געװען בײם דאװענען׳ האט מען זיך ארויםגעלאזט קויפן נאשװארג. שפעטער, אינמיטן לערנען דעם ״שיעור״ עפנט זיך די טיר און עם קומט ארײן ער .אלײן, משה־דודס טאטע בכבודו ובעצמו. דאם ײנגל איז אין דעם מאמעגט בלאס־ געװארן װי די װאנט, געציטערט װי א בלאט. ״דער ײנג האט מיך באגנבעט, פופצן רובל קלײנגעלט האט ער צוגע־ נומען•״ — האט דער פאטער געפלאמט פון כעם און אים גוט מקײם־פםק געװען אויפן ארט. ר׳ יקיר צחאמען מיטן טאטן האבן זיך גענומען זוכן דאס געלט בײ ר׳ משה דודן אין די קעשענעס. גאנצע פינף רובל האבן געפעלט. משה־דוד האט באקומען געשלאגן ביז בלוט׳ ער האט אבער נישט אויםגעגעבן די חברים, װעלכע האבן געהאט פארנאשט דאם געלט און געציטערט פאר שרעק. די ײנגלעך האבן אבער פאר פחד דערצײלט דעם גאנצן אמת• א טײל האבן צוריקגעגעבן אביםל מטבעות, אנדערע נישט. װען ער איז אהײמגעקומען, איז דער פאטער אים װידער באפאלן, געשלאגן אז די גאנצע גאס איז זיך צוזאמענגעקומען• מער אין חדר האט ער זיך נאך דער מעשה נישט באװיזן...

passage_832a24be6284d88ff9b76ec5
Passage 3normalized OCR · source chars 2035-2911

משה־דוד איז מיט דער צײט אויםגעװאקםן צו א לײטישן מענטש, חתונה־געהאט פון א גרויםער שטאט און געקריגן א גרויםן נדן. פון חדר איז אימ גאר װײניק געבליבן. קײן גרויםער תלמיד־חכם איז ער נישט ,ארויםגעװאקסן. ער האט אבער יא פאראיבעריקט א לײכט־הינקענדיקן מום. נאך א חבר האב איך געהאט אין ר׳ יקירם חדר, א ײנגל מיט װעלכן די רײכערע האבן נישט געװאלט זיך חברן• םראלע האט מען אים גערופן. זײן פאטער האט געהאט א רימארםקע געשעפט. פון םראלעם קאפאטע האט זיך תמיד געפילט דזשעגעכץ און םמאלע. דער פאמער איז געװען אן אבױן, נישט געהאט אויף שכר־לימוד. דאם ײנגל האט אבער געהאט א גוטן קאפ צום לערנען און דעריבער איז ער מיר געפעלן. מיט דער צײט איז ער געװארן מײן בעםטער חבר. סראלע האט געקענט דערצײלן א װעלט מיט מעשױת, װאס ער האט געהערט פון זײן פאטער, װי ער פלעגט זאגן. מעשױת װעגן ארעמע ײדישע ארבעטער, װעגן גויט אין פינצטערע װילגאטנע קעלער־שטובן. ער האט שוין אין דער פריעםטער ױגנט באנומען דעם קלאםן־אונטערשײד.

passage_5c5a673e285c77f9fd33b545
Passage 4normalized OCR · source chars 2913-3986

איך געדענק, דאם איז געװען זומער־צײט אין אײנעם א דאנערשטיק. פארנאכט װען מיר, איך מיט סראלען, זענען צופרידעגע פון קענען די פרשה פון דער װאך אהײמגעגאנגען פון חדר, איז אין שטאט פלוצים אויסגעבראכן א שטארקע מהומה. ײדן זענען ארומגעגאנגען צעשראקענע. קײנער האט אבער נישט געװוםט פון װאנען די פאניק קומט און פארװאם מען דארף מורא־האבן. די גוײם מיט זײערע לעצטע װעגעלעך האבן פארלאזט דעם מארק. די ״זיצערקעם״ האבן אין אײלעניש אײנגעלײגט די געשטעלן און געלאזט זיך מיט דער נישט פארקויפטער סחורה אהײם. מעגער זײנען אװעק צו מנחה מעריב אין בית־המדרש. פלוצים א געשרײ: ״ײדן, די שװארצע םאטניע איז דא אין שטאטד די פאניק איז געװארן גרעםער פון מינוט צו מינוט. די װײבער האבן זיך פארשלאסן אין די הײמען און די מענער אין בית־המדרש. אפגעדאװנט מנחה גײט ארויף אויפן בעלעמער א ײנגערמאן, גיט א קלאפ אין ״שולחן״ און האלט א גאנצע רעדע: — ״ײדן ברידער שרעקט זיך גישט • איך בין געקומען דא אהער אין שליחות פון װארשע אויפקלערן אײך זאכן װאם איר װײםט נישט. איך בין פון ״בונד״, א פארטײ װאם פאר־ טײדיקט ײדישע ארבעטערם און בעלי־מלאכות. די ״טשארנע סאטניע״ דאם זײנען די שװארצמאהניקעס, װאס האבן פײנט ײדן און מאכן פאגראמען״.

passage_e912e9dc5df360016d33e88f
Passage 5normalized OCR · source chars 3988-4504

אזוי װי דער רעדנער איז געשטאנען און אויפגעקלערט דעם עולם, איז פלוצלינג אױסגעבראכן א בהלה : ״םטראזש־ ניקעם גײעןו״, כהרף־עין איז אבער דער בחור אנטלאפן דורך א הינטער־טיר און די סטראזשניקעם האבן אים נישט געפונען... צומארגגם אינדערפרי האט שוין מײן חבר םראלע געװארט אויף מיר אין חדר און מיר אויםפירלעך מיט אלע פרטים דערצײלט װעגן דער נעכטיקער פאםירונג. כ׳האב באדויערט װאם איך בין נישט געגאנגען הערן דעם רעדנער פון װארשע. צי איך װאלט פארשטאנען דעם רעדנער אזוי װי מיץ חבר סראלע, צװײפל איך. ער האט געהאט א בעסערן קאפ פאר מיר•

passage_d4222a9a748869ddaae98315