411 פ נ ק ם כ מ י ע ל נ י ק 412 מיט עטלעכע װאכן שפעטער איז סראלע קראנק־געװאח אויף לונגען־אנטצינדונג, נישט געהאט גענוג װידערשטאנד־ קראפט צו באקעמפן די קראנקהײט. מעדיצינישע הילף האט ער גישט געקריגן׳ איז ער געשטארבן אין זײן בליענדיקעד ױגגט• איך האב לאנג׳ לאנג געטרויערט נאך אים. איציק װאסערטרעגער װי א מענטש פון מדבר זעט אוים איציק װאסערטרעגער * נידעריק, ברײטבײניק׳ אינגאנצן װי א געגאסענע׳ נישט געפארמטע מאםע שפאנט ער איבער די גאסן, זומער און װינטער אין דעם זעלביקן הילוך. זײן אלטע פארשימלטע הלבשד״ די גרויסע צעריםענע שטױול, װאס צעפאלן זיך פון אלטקײט און אפגעטראגנקײט, זײן קאלירלאז פנים, גיםט זיך צוזאמען מיט די שװערע קאנען, װאס זײנען אײנגעהילט אין גרינעם מאך. זײנע ״נאסעס״ ארומגעדרײט מיט שטריק. די הויזן צוזאמענ־ געדזשערגעט פון לאטעס. די קעשענעם אנגעשװאלן מיט אלטע שטיקער ברויט. ציפט און קײט, א שטענדיקער גײער און א שטענדיקער מעלה־גירה. זײן היטל װאם איז נישט גוײש נישט ײדיש, גיםט זיך צענויף מיטן פארמלאזן פנים. אזוי האבן מיר זיך פארגעשטעלט די חוטבי עצים ושואבי מים...
יעדעם מאל װען ער פלעגט עפענען א טיר אין א הויז כדי ארײנצוגיסן װאסער, פלעגט ער פון זײנע קעשענעס, פון צװישן די מטלטלים װאס ער טראגט מיט זיך׳ ארויםשלעפן א װײס שטיקל קרײט און מאכן א צײכן איבער דער טיר. אין ״חדר״, בעת זײן ארײנקומען מיטן װאסער, האבן די אריה מערזער : העמערל, העמערל קלאפ... ײנגלעך אים באגעגנט מיט שפאט. אפגעחוזקט פון אים, גערופן אים ״איציק־שמיציק״ און אנדערע צונעמען. געשטויסן אים. ער פלעגט דערבײ ארײנפאלן אין גרימצארן. זײן פנים פלעגט זיך מיטאמאל ענדערן׳ אננעמען א מראה פון װילדקײט. זײן חיתוך־הדיבור איז נישט גזװוען קלאר׳ ער איז געװען א שטאמלער, האט ער זיך װי אן אנגעבלאזענער אינדיק פארטײדיקט, און דאם װאם ער האט יא ארויםגערעדט איז געװען עפעם א מאדנע לשון׳ נישט ײדיש נישט גוײש. צוליב די צרות פון די חדר־ײנגלעך איז ער צעמישט געװארן אין חשבון. ס׳האבן אים נישט געהאלפן די װײסע קרײד־צײכנם װאס ער האט געמאכט איבער די טירן. געלט האט ער געמאנט נאך יעדע צען מאל װאסער־ברענגען אבער די חדר־ײנגלעך פלעגן אויםמעקן די קרײד־שטרײכעלעך.
אײנמאל האט מיט אים פאסירט א מכשול. נאכן ארײנגיםן דאס װאסער אין פאס, זײנען אים באפאלן גרויםע יםורים. קײן שפאן װײטער האט ער נישט געקענט שטעלן׳ אװעק־ געלײגט זיך אויף דער פאדלאגע און ביטער געקרעכצט. מלכהלע די רביצן שטארק דערשראקן פרעגט אים : ״איציק װאם איז דיר ז״ איציק ענטפערט נישט. ״משה !״ — אלאר־ מירט די רביצן דעם מלמד. איציק װערט בלא, ראנגלט זיך אין װײטיקן. מאכט מיט די הענט, װײזט אן מיט דער האנט װו עם טוט אים װײ, דארט אונטן נידעריקער פון די לענדן, דארט פילט ער די יסורים. מלכהלע שרײט ״געװאלד״, דער מלמד לויפט רופן איטשל דעם רופא. איטשל רופא, װי נאר ער איז ארײנגעקומען, האט ער באלד געשטעלט די ריכטיקע ״דיאגנאז״: דאם איז, פארשטײט זיך, די ״קילע״, מען דארף זי צוריק ארײנשטופן... איטשל רופא — אן אלטער מאן, שװאך, האט נישט גענוג כוח צו אזא ריז, װײזט ער אן דעם מלמד, װאס ער דארף טאן : ״שטײט נישט •״ דער מלמד ארבעט שװער. שװיצט. קען זיך נישט קײן עצה־געבן׳ קומט די רביצין צוהילף. דאם ארט הינטער דעם גרויםן פארהאנג װאם הענגט איבער דער גאנצער ברײט פון צימער דורכגעצויגן װי א מחיצד״ װאס האט אפגעטײלט דאס שלאפצימער׳ האט איצט געדינט װי א שפיטאל. איציק איז געקומען צו זיך׳ גענומען זײנע װאםער־כלים און איז אװעק װי א נײ־געבוירענער מענטש. די ײנגלעך אין ״חדר״ האבן א לאנגע צײט נאכדעם נישט אויפגעהערט זיך צו סודן...
אין גאס איז איציקן קלאר געװארן׳ אז הײנט איז פרײטיק, ײדן לויפן אין מרחץ און דער שבת דערנענטערט זיך, האט ער אװעקגעלײגט אין זײן מקום די ״נאסעס״ מיט די שװערע קאנען, באפרײט זײן נפש פון שװערן יאך אין װעלכן ער איז אײנגעשפאנט א גאנצע װאך, און האט זיך געגרײט באגעגענען דעם שבת. אויםגעשמירט די שװערע אפגע־ טראטענע שטױול מיט טראן׳ ארויפגעצויגן אויף זיך אן אנדער צעריםן בגד, זײן שבת־ױם־טובדיק מלבוש, און