413 יעקב םרײדמאן — טיפן פון שטעטל 414 ארײגגעשלײכט זיך אינעם פראסטן בית־מדרש, גלײך אוג־ טערן גרויסן אוױון. קײן צורת אות האט ער נישט געװוםט, האט ער מיט גרויס כװגה אויסגעהערט װי ײדן זענען מקבל־שבת. װי דער שבת איז נאר אװעק, איז איציק צוריק ארײן אין געשפאן. קײנער האט זיך נישט געקענט פארשטעלן איציקן אין אן אנדער געשטאלט. דאס באזארגן ײדן מיט פריש קװאליק־װאסער, איז בײ אים געװען א מלאכת הקודש. באגינען. דאס גאנצע שטעטל איז נאך פארזינקען אין טיפן שלאף. די ערשטע װאם באװײזן זיך אין גרויםן אויסגעלײ־ דיקטן מארק, זײנער די ״דאראזשקאזשעס״, װאם גענעצן אויפן הױכן קול צוליב א נישט־דערשלאפענער נאכט. הינט לויפן דורך האלב־אנגעברוגזט. קאזעם דרײען זיך. זוכן שפײז׳ װארטן מיט אומגעדולד די שפײז־קראמען זאלן זיך עפענען. טשעיװע בוגײםקי די מוטער פון מענדל בוגײםקי זײ זײנען די ערשטע אומגעבעטענע פרימארגן־קונים, װאם כאפן זיך צו צו די זעק מיט גרינס, קוקן מיט זשעדנע אויגן ארײנצוכאפן דעם ערשטן אנבײסן נאך א גאנצע נאכט פאםטן♦ איציק איז פון די ערשטע, װאם קריכן איבער דעם ברוקירטן מארק, שלעפט זײנע גרויםע שטיװל״ דערנענטערט זיך צו דעם פלומפ, שטעלט אונטער זײנע קאנען, באװעגט ארויף און אראפ די אײזערנע פלומפ־האנט, װאם קװיטשעט אונטער. דאם קלאפן פון די קאנען װעקט אויף די באלע־ באטים.
נישט אײנמאל ברעכט אוים א קריג מיט די אנדערע װאסערטרעגערס, װאם װילן אים מיט געװאלד אפשטופן פון דער פלומפ. זײ װילן זײן די ערשטע• וױי איז אבער דעם װאם פארטשעפעט זיך מיט איציקן... אזוי א גאנץ יאר. אז עם קומט צו פםח באקומט אבער איציק װאסערטרעגער א גאנץ אגדערן אויסזען. דאס מילדע פרילינג־ װינטל גלעט אביסל אוים זיץ הארט, רוי פנים און פאריאגט פון אים זײן פאנורעקײט. ער פילט זיך האפערדיקער. פרײלעכער. די קנעכטשאפט װערט פון אים אפגעטאן. דעם הילוך, אין װעלכן ער פלעגט א גאנץ יאר טראגן װאםער אין די חמצדיקע הײזער און אין די בעקערײען, בײט ער אוים אויף געװאשענע קלארע קלײדער. די ״נאםעם״ אפגעשאבן און אפגערײגיקט, די קאנען פארזען מיט נײע בלאנקעגדיקע רײפן, גיט ער אכטונג עס זאל אין זײ חלילה קײן קרישקע חמץ נישט ארײנפאלן. ער היט זיך פארן חמץ װי א כהן פאר אן אומרײן טמאדיקן ארט. ער ציטערט ממש עם זאל מיט אים נישט געשען קײן מכשול. פון אים שלאגט מיט קדושה און טהרד״ ער שטעלט זײנע טריט מיט שטאלץ, זײן רוקן איז מער נישט געבויגן. די ״נאםעם״ ליגן אויף זײנע אקםלען פרײ װי ער װאלט נישט געפילט זײער לאסט.
אגדערש באציען זיך דאמאלט די מענטשן אין שטאט, צו איציקן, װעלכע האבן א גאנץ יאר זיך אויף אים נישט אומגעקוקט. ערב פסח טרעט מען איציקן אפ דעם װעג. װען ער באװײזט זיך אויף דער שװעל פון א שטוב מיט זײנע נײע קאנען און אפגעשײערטע ״נאםעס״, מאכט מען פאר אים א װארע, און אלע נישט־געכשרטע זאכן װערן אפגערוקט פון זײנע ד׳ אמות. איציק איז מער נישט א שפלדיקער װאםערטרעגער מיט װעלכן יעדער אײנער, קלײן און גרויס און יעדע דינםטמויד, קען זיך שאפן. מ׳זעט באשײנפערלעך װי מאשפות ירום אבױן. איציק װערט מיט פיל קעפ העכער פון זײן נידעריקער װוקם. שװער אים צו רופן בײם פראםטן װאכעדיקן נאמען פון א גאנץ יאר. עס װילט זיך אים פשוט רופן מיט דרך־ארץ * — רבי איציק...