שלמה נײמ*ו / מײנע מלמדים (רמת־גן) װען כ׳נעם זיך פארטראכטן און דעראינערן פון מײן װײטער קינדהײט׳ טויכן זײ אויף ערגעץ אין א פארבארגן װינקל פון מײן זכרון אין א לעבעדיקער, רײבפארביקער גאלעריע פון ערלעכע יראת־שמימדיקע ײדן, װאס האבן מיט דער װעלט װײניק װאם געהאט צו טאן. אויםגעטאן כמעט אינגאנצן פון גשמױת און עולם הזה׳דיקע ענינים, זענען זײ געװען זײער אפטע אײנגײערס אין די עולמות העלױנים... אט איז מײן ערשטער דרדקי־מלמד יצחק יאמראזעק, א ײד נישט קײן צורבא דרבגן, געהאט האט ער א טאכטער פערעלע, א מויד א קאזאק׳ װאס בשעת הדחק, אז ס׳איז נישט געװען גענוג באהעלפערס, האט זי זיךי אװעקגעועצט בײם טיש מיטן טײטהעלצל און געקנעלט מיט די קינדער. און מורא האבן מיר פאר איר געהאט מער װי פארן רבין, װײל איר פאטש אדער קניפ איז װאכן־לאנג געשטאנען װי א קין־צײכן אויפן פנים.
כ׳געדענק נאך א דרדקי־מלמד, װאם האט אויך געוװינט אין שול־גאס — חײם־לײזער האט מען אים גערופן. כאטש כ׳האב בײ אים נישט געלערנט, געדענק איך אז בײ אים איז דער חדר געװעזן א ביסל מאדערנער. אין װאס דער ״מאדערניזם״ איז באשטאנען װײם איך נישט ביזן הײנטיקן טאג. נישט װײט פון חײם־לײזערן האט געװוינט דער געלער איצעק׳ א קליין קײלעכדיק ײדל מיט א קאלטנװאטער געלער בארד׳ מיט א פאר פארזשמורעטע אויגן שלא מעלמא הדין׳ האט ער זיך געפילט אויף דער װעלט װי א מחותן אויף א פרעמדער חתו־ נה. געװען איז ער א גמרא־מלמד. קײן גרויסער עוקר הרים אין לערנען איז ער נישט געװען׳ נאר ״גלוי אליהו״ האט ער געהאט... װי אװי ? — מעשה שהיה כך היה ? א פויער נישט װיסנדיק׳
אז ם׳איז פסח׳ איז געקומען צופארן שפעט בײנאכט צופ שנײדער׳ װאס האט געװוינט אינם זעלבן הויז װאס דער געלער איצעק, אפנעמען א פעלץ, האט ער זיך טועה געװען און אנקומענדיק פונקט צו שפוך חמתך איז ער ארײן צוב געלן איצעק׳ מײנענדיק אז דא װוינט דער שנײדער. דערזע־ ענדיק דעם פויער׳ האט דער געלער איצעק אים גלײך דערלאנגט אײן כוםה נאך דער אנדערער און אנכאפנדיק דעפ פויער בײ די הענט האט ער גענומען טאנצן מיט אים בעטנדיק זיך רחמים * ,׳ר׳ אליהו התשבי גיט זיך אוים... גיט זיך אויס... רבישי אז כ׳האב שוין יא זוכה געװען׳ גיט זיך שוין אוים״... דער פויער דערזעענדיק דערנאך׳ אז אלע פלעש־ לעך זענען שוין לײדיק און זײענדיק שוין א היבש ביסל בגילופין׳ האט זיך ענדלעך ארויםגעריםן פון זײנע הענט און אנגעהויבן שרײען : ״צא כצעש אדעמניע זשולטי פיעראניע • שלמה נײ״אן גדזשיע מוי קאזשוך, פשאקרעװ?״ — און מיט א שטארקן זעץ אין טיר פארלאזט דעם געלן איצעקם װוינונג. װען דער פויער האט ענדלעך אויסגעפונען זײן שנײדער׳ האט ער ארײנקומענדיק נאמערקט װי מ׳האט שנעל אראפגערוימט דעם װײן פון טיש (צוליבן חשש פון ײן נסך). א שטארק פארװינ־ דערטער האט ער געפרעגט דעם שנײדער : ״פארװאם װען כ׳בין על פי טעות ארײן צו דײן געלן שכן, האט ער מיך מכבד געװען מיט א סך גלעזלעך װײן און געטאנצט מיט מיר׳ און דו באהאלטסט דעם װײן פון מיר ?״...
צומארגנם האט, פארשטײט זיך׳ דאם גאנצע שטעטל גע־ קלונגען פונעם געלן איצעקם ״גילוי אליהו״. אט איז מײן חומש־רש״י־מלמד מאירל ״ניעשפי״, א שטענדיק פארשלאפענער און פארחלומטער. אגב װעגן זײן צונאמען האט מען דערצײלט׳ אז ער האט פארנדיק אמאל מיט דער באן אײנגעדרימלט. דער קאנדוקטער קאנטראלירנדיק די בילעטן האט מאירלען גענומען טרײםלען : ״פאניע, ניעשפי ! בילעט פראשע !״ צוזאמען מיט מאירלען איז געפארן נאך א כמיעלניקער און ער האט שפעטער מפרםם געװען די געשיכטע אין כמיעלניק, און פון דאן אן האט מען אים גערופן ״ניעשפי״. געװוינט האט ער יװי סי׳רוב מלמדים אין אײן צימער, װאם האט געדינט אלם עס־צימער, קוך, שלאף־צימער און אויך אלם חדר צום קנעלן מיט די תלמירים ,און פון צײט־ צו־צײט אויך אלם קלײט, װו מען האט געקאנט קויפן פאר־ פוילטע ציבל כיד המלך. אינטערעסאנט, אז סײ זומער םײ װינטער האבן בײ מאירלען געװאקסן די ציבל אין די זעק און די רביצין האט פון די ציבל געמאכט מעדני מלכימ: פארשפיױע — ציבל, נאכשפײזע ציבל און אויף קנוח םעודה װידער אמאל ציבל. בקיצור — א װעלט פון לויטער ציבל, אפילו אין חלום האבן מיר געזען נאר פוילע ציבל, װאס װאקםן — נישט אויף פעלדער נאר אין אלטע פארלאטעטע זעק...
אין דער װעלט פון שדים און רוחות איז ער געװען א גאר גרויסער מומחה. ״געדענקטזשע קינדער — האט ער מיט אונדז געקנעלט — אז װען אײנער לערנט אדער דאװנט און ער היפערט איבער אדער פארפעלט א װארט ח״ו, װערט פון