Original scan
Original memorial-book scan 216
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-832

מאטל גאלדליסט < דער קאמף קעגו חילול־שבת אװ דער באשלוס פון די באלעגאלעס (בילדלעך פון שטעטל) אין א זומערדיקן שבת פארנאכט, װען די זון גײט אונטער און פרומע ײדן זעגען זיך מתכװן נאכן אפעסן א כזית ױצא צו זײן מיט שלוש סעודות׳ האט זיך מאירל־שמואלס, דער הײסער ימים־נוראים בעל־תפילה, געלאזט גיץ צום רב אפצו־ היטן זײן חזקה און זינגען ״בני היכלא״. װי נאר ער איז ארויס פון שטוב און אנגעקומען אויפן מארק, האט ער ערגיץ פון א שטאק חויך דערהערט א גערודער און געפילדער. ער איז שטײן געבליבן, געזוכט מיט זײנע בליקן פון װאנעט און פון װעמענם שטוב עס קומען די קולות. אזוי שטײענדיק אויפן ארט האט ער אבסערװירט װי ױנגלעך מיט מײדלעך אוים־ געפוצט שבת־ױם־טובדיק לאזן זיך ארײן אין משה גאר־ ליצקעס, דעם געװעזענעם שטאט־דאזארצעם, הויז ארײן. ער האט די אײגענע אויגן נישט געגלויבט: אפשר איז דאס גאר א ״זעבראניע״ פון גױיםז װײל װי קען זײן ײדן זאלן מחלל שבת דץ בפרהםיהז

passage_84028c50fb52eccaad212e4d
Passage 2normalized OCR · source chars 834-1940

דערװײל קומען אן נאך מענטשן, זײ װילן הערן אץ זען די גרויסע שמחה, װאס דא קומט פאר. ערשט װען יאסל־ זעליגס װענדט זיך צו מאירל שמואלס און פרעגט צי אויך ער איז געקומען טאנצן, װערט ערשט מאירל־שמואלס געװויער, אז משה גארליצקי האט פארדינגען זײן גרויסן סאלאן פאר א טאנץ־זאל, און די װאס זענען אין דער הויך׳ זענען נישט קײן גוײם נאר ײדן. מאירל שמואל׳ס װערט אויפגעקאכט און לויפט שנעל צום רב, װו צװײ מניגים יידן האבן זיך שוין געגרײט צו שלוש־סעודות. ס׳טײטש, — צעשרײט זיך מאירל שמואלס, — װי קען דער רב צולאזן אזא הפקרות אין שטאט: ײדישע קינדער, ײנגן מיט מײדן, זאלן בפרהסיה מחלל-שבת זײןז און אז דער רב און דער עולם האבן נישט געװוםט װאס און װער, איז מאירל ערשט ארוים מיטן אמתן לשון: קומט װעט איר זען װאם פאר א הולײקע ס׳קומט פאר בײ גארליצקין אין הויז. נישט גענוג װאם ער אלײן איז א גוי, װיל ער נאך, אז די גאנצע שטאט זאל װערן גױים ! גלײך אויפן ארט האבן זיך אלע געעצהט װאם פארא שריט ס׳זאלן אנגענומען װערן, מאנכע האבן אפיא דורכאוים געפא־ דערט, אז עס זאל אויף משה גארליצקין געלײגט װערן א הרם. קודם איז אבער באשלאסן געװארן, אז דער גאנצער עולם צוזאמען מיטן רב זאלן גלײך אװעק אים מזהיר זײן ער זאל צעטרײבן דאס ״חדר״ און אויס טאנץ־זאל.

passage_b54d15a46c6b20dc9c33b492
Passage 3normalized OCR · source chars 1942-2956

אויפן װעג האבן זײ מאביליזירט װער ם׳איז נאר אונטער־ געקומען. אנגעקומען צו משה גארליצקעם הויז, האט זיך יעדער באהאלטן אײנער הינטערן אגדערן בכדי נישט צו באקומען קײן קלעפ פון די ״לאבוזעם״, דער רב מיט משה שמש, דוד׳ל האלץ און מאיר פאטעלע האבן זיך אבער אנגענומען מיט מוט און געגאנגען אין שפיץ. די טענצערס אויפן באלקאן פון דעם טאנץ־םאלאן, האבן גלײך באמערקט די ײדן מיטן רב בראש װי זײ דערנענטערן זיך צו משה גארליצקעס הויז. שלמה־יאסל האט גלײך אוים־ גערופן: חברים, מיר מוזן אראפגיץ זען װי דער פרומער עולם מיטן רב גײען, איך גלויב, אז מ׳מײנט אונזו װי נאר חברה האט זיך אראפגעלאזט, האבן זײ דעם פרומען עולם שוין אנגעטראפן אין טויער נאענט בײ די טרעפ. שמחוע יעדװאבנע האט גלײך באפוילן זײנע חברים אפצושליםן דעם װעג און נישט לאזן וױיטער גיץ. שלמה־יאםל פרעגט זײ גלײך: װאס װילט איר דאז צו װעמען גײט אירי מאירל שמואלם ענטפערט : לאזט אדורך דעם רב ! מאיר פאטאלע מיטן צוױי־האריקן בערדעלע צעשרײט זיך . דרך ארץ, שקצים ! מחלל־שבתניקעם ! מאיר דאלום : היט זיך בעםער די בײנער און גײט בעסער דאװענען מעריבן לוי מאטלם : װאס פארא שטארקע זײט איר ז

passage_c5ac96b73b2b5b934dd511e9
Passage 4normalized OCR · source chars 2958-3643

און װי נאר ער פרעגט זיך װאם פארא שטארקע, כאפט ער גלײך א מארפידע. רבקה די טענצערין לאזט זיך גלײך צום רב און זאגט : רב לעבן, װאם טוען מיר דען ז מיר טאנצן אביסל, מיר זינגען אביסל, און אויב איר ״אלײנט״ װילט ארויפגײן, ביטע קומט, איר װעט אויך מיט אונדז טאנצן. — אװא ! אװא !, — זאגן די הםידים, — װער איז די חצופה ז — פרעגן זײ אײנער דעם צװײטן. דער רב איז די גאנצע צײט געשטאנען, געקוקט אויף דער ערד, זיך געשאקלט און געזאגט: — אוי, אוי, חילול־השבת, חילול השבת און א חילול השם, ײנגען מיט מײדן בגילוי ראש, דאם איז דאך חוקת הגוי• אין דער זעלבער צײט האבן זיך צונויפגעזאמלט מענטשן פון גאם, און עס האבן זיך באלד געשאפן צוױי צדדים — רעליגיעזע און פרײע. שלמה־יאםל רופט צום קאמף: חברים, מיר דארפן זיך

passage_02103a0b0be126ff0497ebcb